יוסף באָװשאָװער: פֿאָרגײער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן מאָדערניזם

Joseph Bovshover: Precursor of American Yiddish modernism

יוסף באָװשאָװער
יוסף באָװשאָװער

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 24, 2015, issue of October 16, 2015.

דער טױט פֿונעם ייִדישן דיכטער יוסף באָװשאָװער אין דעצעמבער 1915 איז פֿאַרבליבן ניט אַנאָנסירט. ערשט אין אַ פּאָר חדשים אַרום האָט זיך די ייִדישע עפֿנטלעכקײט דערװוּסט װעגן דער פּטירה פֿון אײנעם פֿון די גרינדער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. באָװשאָװער איז געשטאָרבן אין אַ פּסיכיאַטרישער אַנשטאַלט אינעם שטעטל פּאָקיפּסי, ניו־יאָרק, נאָך כּמעט פֿופֿצן יאָר פֿון אַ שװערער גײַסטלעכער קראַנקײט. מיט יאָרן שפּעטער איז ער קאַנאָניזירט געװאָרן דורך דער מאַרקסיסטישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג װי אײנער פֿון די פֿיר פּראָלעטאַרישע קלאַסיקער, צוזאַמען מיט דוד עדעלשטאַט, מאָריס ראָזענפֿעלד און מאָריס װינטשעװסקי.

עדעלשטאַטס קעמפֿערישע דיכטונג האָט טאַקע יאָ געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אױפֿן יונגן באָװשאָװער, נאָר בלױז אױף אַ קורצער צײַט. באָװשאָװער האָט גוט געקענט די דײַטשישע דיכטונג, בפֿרט הײַנריך הײַנע, און אין אַמעריקע האָט ער אײַנגעזאַפּט די ענגלישע און אַמעריקאַנער פּאָעטישע שיטות. אָבער זײַן פֿאַרשאַרפֿטע פֿילעװדיקײט האָט געהאַט אױך אַ פֿינצטערן צד, װאָס האָט אים געמאַכט צעמישט און, סוף־כּל־סוף, דערפֿירט צום שװײַגן.

דער קאָמוניסטישער ליטעראַטור־פֿאָרשער קלמן מאַרמאָר האָט ריכטיק באַמערקט: „יוסף באָװשאָװער איז געװען, צוערשט און צולעצט, אַ דיכטער. ער האָט געלעבט אין דער װעלט פֿון פֿאַנטאַזיע און עס ניט באַגריפֿן ביז זײַן סאַמע סוף, װען זײַנע ברעקלעך רעאַלקײט פֿאַרלאָזן אים אין גאַנצן.‟ אַ שאַרפֿער ריס צװישן זיך און דער ווירקלעכקײט פֿון דער װעלט איז אַ סימן־מובֿהק פֿון באָװשאָװערס דיכטונג. זײַנע באַקאַנטע מערקן אָפּ זײַן עגאָצענטרישקײט און מעלאַנכאָליע. זײַן באַגריף פֿון רעװאָלוציע איז סײַ פּערזענלעך–אינטים, סײַ אַלװעלטלעך–אַרומנעמיק, אָבער בשום־אופֿן ניט סאָציאַל–היסטאָריש. באָװשאָװער רעדט װעגן דער רעװאָלוציע אין דער ערשטער פּערזאָן: „איך קום װי אַ שטאָלצער קאָמעט, װי די זון, װען עס הייבט אָן צו טאָגן // איך קום װי אַ בײזער געװיטער פֿון בליץ און פֿון דונער געטראָגן‟.

אין די דאָזיקע שורות שפּירט מען דעם גײַסט פֿון װאָלט װיטמען, װאָס איז געװען באָװשאָװערס באַליבטסטער אַמעריקאַנער דיכטער. באָװשאָװער האָט געשריבן װעגן װיטמען: „אין אים האָט אַלעס געלעבט, אַלעס האָט זיך באַװעגט, פֿילײַכט מיט דער זעלבער קראַפֿט, געװיס מיט דער זעלבער טיפֿקײט, װי אין שעקספּיר.‟ שעקספּיר, הײַנע און װיטמאַן זײַנען געװען באָװשאָװערס פּאָעטישע אידעאַלן, װאָס ער האָט געשטרעבט זיי נאָכצומאַכן.

באָװשאָװער האָט דורכגעמאַכט אַ גרויסע אידעיִשע און עסטעטישע עװאָלוציע פֿון זינגען שבֿחים דער רעװאָלוציע צו דעם פּאַנטעיִסטישן באַזינגען פֿון װעלט–אַל. און מסתּמא האָט זײַן געמיט און זײַן שׂכל ניט אױסגעהאַלטן אַזאַ שטאַרקן עמאָציאָנעלן, אינטעלעקטועלן און פֿיזישן דרוק. ער האָט פֿאַרדינט אױפֿן לעבן מיט כּלערלײ מלאכות, געװאַנדערט איבער ניו־יאָרק און קאָנעטיקוט און ניט געפֿונען קײן אָרט פֿאַר זיך.

באָװשאָװער גלייבט, אַז דער דיכטער פֿאַרמאָגט שליטה איבער די כּוחות פֿון דער נאַטור: „איך װעק דעם שטורעם אין די טיפֿע ימים, / איך שװעב אום מיט די װאָלקן מיט שטורעם און רױש; / איך ברענג דעם פֿרילינגס אײביקע בשׂמים, / דורך זאַפֿטע װינטעלעך זינג איך מיר אױס‟. אין דער װירקלעכקײט איז אָבער אַלץ געװען אַנדערש. זײַן „דיכטונג־לוסט‟ האָט אים געפֿירט קײן ניו־הײװען, װוּ ער האָט בדעה געהאַט צו שטודירן די ענגלישע פּאָעזיע אין יעל־אוניװערסיטעט, אָבער צוליב זײַן שפֿלדיקן עקאָנאָמישן מצבֿ, איז פֿון דעם גאָר ניט אַרױס. ער האָט געליפֿערט צײַטונגען און אין דער פֿרײַער צײַט געלײענט ענגלישע דיכטער אין דער אוניװערסיטעט־ביבליאָטעק. ער האָט זיך אױסגעלערנט ענגליש אױף אַזױ גוט, אַז ער האָט געשריבן לידער און זײ געדרוקט אין אַן אַמעריקאַנער אַנאַרכיסטישער צײַטונג.

מאַרמאָר צעטײלט באָװשאָװערס דיכטערישן װעג אויף צװײ פּעריאָדן. לכתּחילה איז זײַן שאַפֿונג געווען אין דער שיטה פֿון דער ראַדיקאַלער פּראָלעטאַרישער דיכטונג פֿון עדעלשטאַט, װינטשעװסקי און ראָזענפֿעלד; אָבער שפּעטער, אַרום 1895, קומט פֿאָר אַ קער: „ער פֿאַרבײַט זײ אױף עמערסאָנען, װיטמאַנען און מאַרקהאַמען.‟ אונטער דער השפּעה פֿון אָט די אַמעריקאַנער שרײַבער, זאָגט מאַרמאָר װײַטער, „שרײַבט באָװשאָװער זײַן פֿילאָסאָפֿישע פּאָעזיע װעגן נאַטור און װעלט־אַל, װעגן מענטשהײט. […] די דרײַ אַמעריקאַנער דיכטער באַטראַכט באָװשאָװער כּמעט אָן קריטיק, און בנוגע די ערשטע צװײ אידענטיפֿיצירט ער זיך אױך מיט זײערע פֿילאָסאָפֿישע און פּאָליטישע אידעען.‟ דערבײַ װײַזט באָװשאָװער אַרױס ניט קײן אינטערעס צו דער מיטצײַטלערישער ייִדישער ליטעראַטור אין דער אַלטער אָדער אין דער נײַער הײם. מאַרמאָר פֿאַרסך־הכּלט: „ער לעבט נאָר אין דער װעלט פֿון חלומות‟.

באָװשאָװערס פֿאַרבינדונגען מיט דער װירקלעכקײט זײַנען מיט דער צײַט געװאָרן אַלץ שװאַכער און שוואַכער. ער האָט געחלומט װעגן לעבן אַלײן אין װאַלד, און אָפֿט איז געװען הײמלאָז. ער פֿאַרלירט די כּוחות, און זײַן שטימונג ווערט אַלץ מעלאַנכאָלישער, װאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין זײַנע לידער: „אַ שטיקעלע שטױב אין גרױסן, ברײטן װעלט־רױם, / דאָך שטאָלצער פֿון אַ גאָט דורך זעלבסטבאַװוּסטזײַן, / האָב איך, אַ טרױמער, געװאַנדלט דורך דעם לעבן.‟

װי אַ דיכטער און אַ דענקער, האָט באָװשאָװער מקדים געװען זײַן צײַט און איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון די שװערע אומשטאַנדן. עמאָציאָנעל און אינטעלעקטועל איז ער געװען אָפֿן פֿאַר נײַע השפּעות, אָבער ניט געהאַט גענוג כּוח אױסצוהאַלטן זײַן אײגענעם מענטאַלן גלײַכגעװיכט. די יונגע ייִדישע קולטור אין אַמעריקע האָט נאָך ניט געהאַט קײן אָרט פֿאַר אַזאַ מין דיכטער. די אימיגראַנטישע סבֿיבֿה איז נאָך געװען צו שװאַך און ניט אײַנגעבירגערט אין דער נײַער הײם.