ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

דערווײַל שפּילן זיך די קינדער פֿון סירישע פּליטים אין פּאַריז; צי וועט מען אַזאַ בילט זען אין גיכן אויך אין אַ וואַרשעווער פּאַרק
Getty Images
דערווײַל שפּילן זיך די קינדער פֿון סירישע פּליטים אין פּאַריז; צי וועט מען אַזאַ בילט זען אין גיכן אויך אין אַ וואַרשעווער פּאַרק

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 22, 2015, issue of October 16, 2015.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די אַראַבישע אימיגראַציע און ייִדישע מאַמעס

ייִדן ווערט אין אייראָפּע וואָס אַ מאָל ווייניקער. פֿון דעסטוועגן, שפּילן זיי אַ וויכטיקע ראָלע אין דער הייסער דעבאַטע, וואָס קומט פֿאָר די טעג אין אַלע לענדער פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און פּוילן בתוכם: זאָלן מיר אַרײַנלאָזן די הונדערטער טויזנטער אַראַבישע פּליטים אָדער נישט אַרײַנלאָזן?

ס’איז נישט קיין סוד, אַז דער חורבן שפּילט אַ דעצידירנדיקע ראָלע אין דער אייראָפּעיִשער פּאָליטיק לגבי די אַראַבישע פּליטים. דײַטשלאַנד, די וויכטיקסטע מדינה אין דעם פֿאַרבאַנד, וויל ווײַזן דער גאַנצער וועלט, אַז זי איז געוואָרן אַ הומאַנע מדינה, וואָס האָט גאָר נישט צו טאָן מיטן אַכזריות פֿון די נאַציס.

דערפֿאַר איז עס אַזוי וויכטיק, וואָס די ייִדן האָבן צו זאָגן וועגן דעם ענין, על אחת כּמה וכמה — וואָס די פּוילישע ייִדן זאָגן. לאַנג האָבן מיר נישט געדאַרפֿט וואַרטן. אַ גרופּע ייִדישע מאַמעס אין וואַרשע איז טאַקע אַרויס אויף פֿייסבוק מיט אַן אַפּעל אַרײַנצולאָזן די אַראַבישע אימיגראַנטן אין דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אין אַ דראַמאַטישן טעקסט פֿאַרגלײַכן זיי דעם גורל פֿון די איצטיקע אַראַבישע מאַמעס און זייערע קינדער מיט די ייִדישע מאַמעס און זייערע עופֿעלעך, וואָס די דײַטשן האָבן פֿאַרגאַזט אין פּוילן, בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

היות וואָס אונדזער ראָלע איז בלויז צו באַריכטן, וועלן מיר נישט פּּסקענען, צי דער פֿאַרגלײַך פֿון דער אַראַבישער אימיגראַציע מיטן ייִדישן חורבן האָט אַ היסטאָרישן ממשות. דאָס וועט איר שוין, טײַערע צוהערער, אַליין דעצידירן.

אַנדערע פּוילישע ייִדן שטיצן אויך די אַראַבישע אימיגראַנטן. אַ באַקאַנטער ייִדיש-פּוילישער זשורנאַליסט, קאָנסטאַנטין געבערט, האָט לעצטנס זיך באַטייליקט אין אַ פּראָ-אימיגראַציע דעמאָנסטראַציע אין וואַרשע. געבערטן האָט מען גלײַך געקאָנט באַמערקן צווישן די דעמאָנסטראַנטן — אַ ייִד מיט אַ יאַרמלקע און אַ באָרד איז אַ זעלטנהייט אין וואַרשע הײַנט צו טאָג. (געבערטס טאַטע, אַ געטרײַער קאָמוניסט, האָט געמאַכט אַ גרויסע קאַריערע אין דער סאָציאַליסטישער פּוילישער מלוכה און דערפֿאַר איז די משפּחה געבליבן אין פּוילן.)