פֿילם אויף פֿאַרסי געווינט ישׂראלדיקן „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם

Film in Farsi Wins Israeli "Oscar" for Best Picture

יצחק, געשפּילט פֿון נאבֿיד נגאבאן (נעגאַבאַן), שילדערט יצחקן, דעם זון פֿון אַן איראַניש־ישׂראלדיקן אינדיק־פֿאַרמער, אינעם פֿאַרסי־שפּראַכיקן פֿילם „באַבאַ דזשון‟
Osnat Bukofzer
יצחק, געשפּילט פֿון נאבֿיד נגאבאן (נעגאַבאַן), שילדערט יצחקן, דעם זון פֿון אַן איראַניש־ישׂראלדיקן אינדיק־פֿאַרמער, אינעם פֿאַרסי־שפּראַכיקן פֿילם „באַבאַ דזשון‟

פֿון ייִט״אַ

Published September 24, 2015, issue of October 16, 2015.

ירושלים. — „באַבאַ דזשון‟ — אַ פֿאַרסי־שפּראַכיקער פֿילם, געמאַכט פֿון אַן איראַניש־ישׂראלדיקן רעזשיסאָר און אַ גרופּע איראַן־געבוירענע אַקטיאָרן, האָט מאָנטיק געוווּנען דעם פּריז פֿאַרן בעסטן פֿילם בײַ די „אופֿיר‟־פּרעמיעס — דער ישׂראלדיקער נוסח פֿון די „אָסקאַרס‟ דער פֿילם וועט אויך זײַן דער ישׂראלדיקער קאַנדידאַט פֿאַרן „בעסטן פֿילם אויף אַן אויסלענדישער שפּראַך‟ אויף דער הײַיאָריקער אַמעריקאַנער „אָסקאַר‟־צערעמאָניע.

„באַבאַ דזשון‟, וואָס שילדערט די קאָנפֿליקטן צווישן די מענער פֿון דרײַ דורות אין אַן איראַניש־ייִדישער משפּחה, איז רעזשיסירט געוואָרן פֿון יובֿל דלשד (דעלשאַד) און האָט אויך געוווּנען אין דרײַ אַנדערע קאַטעגאָריעס: קונסט־פּלאַנירונג, מוזיק, קאָסטיום-דיזײַן און ראָלע־צעטיילונג. דלשד האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר.

די מעשׂה קומט פֿאָר אין אַ ישׂראלדיקן דאָרף פֿון איראַנישע עולים. יצחק, אַ פּערסישער ישׂראלי, און זײַן טאַטע, באַבאַ דזשון, פּאַסן אויף אויף אַן אינדיק־פֿאַרם אינעם נגבֿ. יצחקס ברודער, דאַריוש, האָט זיך שוין אַריבערגעצויגן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. באַבאַ דזשון פּרוּווט מיט אַלע כּוחות אויפֿהאַלטן די טראַדיציאָנעלע ווערטן פֿון דער משפּחה, אָבער זײַן אייניקל, מאָטי (יצחקס זון), בונטעוועט זיך קעגן די רעליגיעזע באַגרענעצונגען פֿונעם זיידן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.