ייִדן וואָלטן נישט געדאַרפֿט באַזוכן כינע

Jews Should Not Be Visiting China

אַ גרופּע ייִדישע טוריסטן אין כינע
אַ גרופּע ייִדישע טוריסטן אין כינע

פֿון רפֿאל מעדאָף (ייִט״אַ)

Published September 25, 2015, issue of October 16, 2015.

וואַשינגטאָן. — אַ ריי פּלאַנירטע ייִדישע טורן קיין כינע האָבן אַרויסגעהויבן אַן אַלטע קשיא וועגן דעם קאָנפֿליקט צווישן טוריזם און מענטשנרעכט: איז ריכטיק, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן זאָלן באַזאָרגן מיט טוריסטן־דאָלאַרן אַ רעזשים, וואָס שעכט אויס דיסידענטן, שטיצט לענדער, פֿאַרמישט אין אַ גענאָציד, און פֿינאַנצירט ישׂראלס שׂונאים?

„סוכּות 2015: ביידזשינג, כינע!‟ שטייט אָנגעשריבן אין אַ רעקלאַמע פֿונעם ביידזשינג־צווײַג פֿון חב״ד. די אָרגאַניזירער פֿונעם טור האָפֿט איבערצוצײַגן די אַמעריקאַנער ייִדישע טוריסטן צו פֿאַרברענגען דעם קומעדיקן יום־טובֿ אין דער כינעזישער קרוינשטאָט, וווּ זיי קענען געניסן פֿון טאָג־טעגלעכע כּשרע מאָלצײַטן און מאַכן עקסקורסיעס צו אַ „קאָנג־פֿו‟־אויסשטעלונג; צום „גרויסן מויער‟, און אין טיאַנאַנמען־פּלאַץ.

טיאַנאַנמען־פּלאַץ איז דאָס אָרט, וווּ אַ גרויסע צאָל פּראָ־דעמאָקראַטיע דעמאָנסטראַנטן זענען אין 1989 אויסגעהרגעט געוואָרן דורך די רעגירונג־כּוחות.

אַ צווייטע אָרגאַניזאַציע, די „אַסאָציאַציע פֿון רעפֿאָרם־ציוניסטן אין אַמעריקע‟, האָט שוין אָנגעהויבן רעקלאַמירן אַ וויזיט אין טיאַנאַנמען־פּלאַץ ווי אַ טייל פֿון איר 12־טאָגיקן טור אין כינע; און אַ רײַזע־פּראָגראַם פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס‟ האָט לעצטנס פּובליקירט אַ בראָשור, וואָס זאָגט צו די באַטייליקטע, אַז זיי וועלן קאָנען אין ביידזשינג מאַכן „אַ ספּעציעלן שהחינו מיט חלה און ווײַן‟.

ראַבינער אַרנאָלד בעלזער, וואָס פֿירט אָן מיטן טור פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס‟, וועט אָבער נישט דערמאָנען די שחיטה, וואָס איז דאָרט פֿאָרגעקומען, ווען ער ברענגט די ייִדישע טוריסטן אַהין. „איך וויל נישט דערמאָנען אַ טעמע, וואָס קאָן שטערן זייער שטימונג בעת אַ טור, וואָס זיי האָבן שוין באַצאָלט דערפֿאַר,‟ האָט בעלזער געזאָגט.

חב״ד וועט עס אויך נישט דערמאָנען. „מיר זענען געסט אין דעם לאַנד און דאַרפֿן רעספּעקטירן די שטעלונג פֿון דער רעגירונג,‟ האָט באַמערקט דיני פֿרוינדלעך, וואָס פֿירט אָן מיטן ביידזשינג־חב״ד מיט איר מאַן, שמעון. „ווי עס זאָל נישט זײַן, איז סײַ־ווי נישט פּינקטלעך קלאָר, וואָס ס׳איז דאָרטן געשען.‟

לויט די מענטשנרעכט־אַקטיוויסטן אָבער, איז בלויז איין זאַך נישט קלאָר וועגן דער שחיטה אין 1989: צי די סאָלדאַטן האָבן דערהרגעט הונדערטער מענטשן, צי טויזנטער.

דערצו איז כינע הײַנט דער גרעסטער האַנדל־פּאַרטנער פֿון סודאַן, כאָטש דער סודאַנער פּרעזידענט אָמאַר כאַסאַן אַל־באַשיר איז אין 2009 אָפֿיציעל באַשולדיקט געוואָרן מצד דעם „אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט‟ אין אָרגאַניזירן דעם גענאָציד אין דאַרפֿור. כינע אימפּאָרטירט סודאַנער נאַפֿט און באַזאָרגט דאָס לאַנד מיט געווער, נישט געקוקט אויפֿן וואָפֿן־עמבאַרגאָ קעגן איר מצד דער „יו־ען‟.

כינע האָט אויך אַ ממשותדיקע באַציִונג מיט איראַן. זי אימפּאָרטירט איראַנער נאַפֿט און העלפֿט איר מיט מיליטערישער שטיצע, און אַפֿילו מיט איר נוקלעאַרערער פּראָגראַם. לויט די מעדיאַ־באַריכטן האָט ביידזשינג לעצטנס מסכּים געווען צו פֿאַרקויפֿן איראַן 24 פֿון אירע J-10 קאַמף־עראָפּלאַנען.

די אַמעריקאַנער ייִדן וואָלטן זיך אויך געמעגט זאָרגן וועגן דעם, אַז אַ צאָל כינעזישע ראַקעטן געפֿינען זיך שוין אינעם אַרסענאַל פֿון „כעזבאָלאַ‟ און „כאַמאַס‟. ס׳וואָלט געווען אַ טראַגישע איראָניע, ווען די געליטענע פֿון טעראָר־אַטאַקן אין דער דרומדיקער ישׂראלדיקער שטאָט שׂדרות, וועמען חב״ד האָט אַזוי פֿיל אַרויסגעהאָלפֿן, וואָלטן איצט באַדראָט געוואָרן פֿון כינע־פּראָדוצירטע ראַקעטן, בעת דער ביידזשינג־חב״ד באַזאָרגט כינע מיטן געלט פֿון ייִדישע טוריסטן.

אמת, ישׂראל פֿירט הײַנט אַליין אַ ממשותדיקן האַנדל מיט כינע, אָבער די ישׂראלים קאָנען טענהן, אַז די ייִדישע מדינה האָט אָפֿט מאָל נישט קיין ברירה, און מוז אָנקניפּן באַציִונגען מיט רעזשימען, וואָס זענען נישט קיין דעמאָקראַטישע.

די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אָבער יאָ אַ ברירה. עס געפֿינען זיך הײַנט אַ סך לענדער אויף דער וועלט, וווּ זיי קענען מיט פֿאַרגעניגן אויסגעבן זייערע טוריסטן־דאָלאַרן — לענדער, וואָס זענען נישט פֿאַרבונדן מיטן גענאָציד פֿון שוואַרצע אַפֿריקאַנער אָדער מיט דער פּראָדוקציע פֿון ראַקעטן, וואָס זענען שוין אפֿשר טאַקע אויסגעניצט געוואָרן אין אַטאַקן אויף ישׂראל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.