דער הייסער זומער אין אייראָפּע איז פֿאַרבײַ

Europe 2015: Hottest Summer Ever

Getty Images

פֿון איתן פֿינקעלשטיין

Published September 25, 2015, issue of October 16, 2015.

הײַיאָר איז אין אייראָפּע געווען אַן אומגעוויינטלעך הייסער זומער — סײַ אין בוכשטעבלעכן, סײַ אין פֿיגורעלן זין. בײַ אונדז איז בײַערן האָבן טערמאָמעטערס געוויזן איבער 40 צעלסיוס־גראַד — אַ וועלט־רעקאָרד אין דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן ראַיאָן אין דײַטשלאַנד.

פֿאַר די ניו־יאָרקער איז עס, אַוודאי, נישט קיין חידוש. אין אייראָפּע באַנוצט מען זיך אָבער נישט מיט די לופֿט־קילערס; אין געוויסע ערטער איז אַפֿילו פֿאַרווערט אַרײַנצושטעלן די דאָזיקע מכשירים אין פּריוואַטע דירות, כּדי נישט שאַטן דעם אַרכיטעקטור־אַנסאַמבל פֿון די אַלטע שטעט. די לופֿט־קילערס טרעפֿן זיך יאָ אין אייראָפּעיִשע קראָמען, ביוראָען און אינעם שטאָטישן טראַנספּאָרט; דווקא אין די סאַמע הייסטע טעג שליסט מען זיי אָבער כּסדר אויס, כּדי צו שפּאָרן די עלעקטרישע ענערגיע.

אַחוץ דער פֿיזישער היץ, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער געהערשט אין אייראָפּע אַ הייסער עקאָנאָמישער און פּאָליטישער קלימאַט — צוערשט, צוליב דעם באַוואָפֿנטן קאָנפֿליקט אין אוקראַיִנע. דעם רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, האָט זיך אײַנגעגעגן איבערצונעמען אָן אַ שאָס דעם אינדזל קרים אין מאַרץ 2014. דער קאָנפֿליקט צווישן דער אוקראַיִנישער רעגירונג און די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן אינעם מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד האָט זיך אָבער אויסגעגאָסן אין אַ כוואַליע בלוט־פֿאַרגיסונגען, צוליב וועלכער אַ ריי שטעט און דערפֿער אין מיזרח־אוקראַיִנע איז רויִנירט געוואָרן.

אין מערבֿ־אייראָפּע האָט מען חושד געווען, אַז פּוטין וועט אַרײַנפֿירן די אַרמיי און איבערנעמען דעם קאָנפֿליקט־ראַיאָן. אַזאַ סצענאַר האָט זיך אָבער נישט אַנטוויקלט. פֿונדעסטוועגן, צוליב די מערבֿדיקע סאַנקציעס און דער האַסטיקער ירידה פֿון די נאַפֿט־פּרײַזן, איז רוסלאַנד געבליבן איזאָלירט און לײַדט איצט פֿון אַ טיפֿער עקאָנאָמישער רעצעסיע. ס׳זעט אויס, אַז פּוטין האָט פֿאַרשטאַנען, אַז, קודם־כּל, מוז מען לייזן די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען אין זײַן לאַנד, און דערווײַל געלאָזט מיזרח־אוקראַיִנע צו רו. אַזוי צי אַזוי, איז לעצטנס דער מצבֿ אין אוקראַיִנע געוואָרן טאַקע שטילער.

דערנאָך איז אין אייראָפּע אויסגעבראָכן אַ נײַער קאָנפֿליקט — מיט גריכנלאַנד. צוליב די גרויסע חובֿות האָט דעם דאָזיקן לאַנד געדראָט אַ פֿינאַנציעלע מפּלה. אויב גריכנלאַנד וואָלט פֿאַרלאָזט דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און די אייראָ־זאָנע, וואָלט עס אונטערגעריסן די עצם־סטרוקטור פֿון דער אייראָפּעיִשער עקאָנאָמיע און אינדוסטריע, וועלכע איז באַגרינדעט אויפֿן באַנוץ פֿון דער זעלבער אַלגעמיינער וואַלוטע, אייראָ.

ווען אינעם יאָר 2010 האָט גריכנלאַנד געבעטן אַ נײַע הלוויה, האָבן די דרײַ הויפּט־קרעדיטאָרן — דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד, דער אינטערנאַציאָנאַלער וואַלוטע־פֿאָנד און דער אייראָפּעיִשער באַנק — געפֿאָדערט אײַנצופֿירן אין גריכנלאַנד אַ ריי מאַרק־רעפֿאָרמען. די גריכישע רעגירונג האָט דעמאָלט מסכּים געווען זיי אָנצונעמען, באַקומען די שטיצע אויף אַ סומע פֿון 78 מיליאַרד אייראָ, און דערנאָך — נאָך אַ „פּעקל‟ אויף 165 מיליאַרד. די רעפֿאָרמען האָבן אָבער קאַליע געמאַכט דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון אַ סך אָרעמע־לײַט, און דערפֿאַר האָט עס אַרויסגערופֿן אַ גרויסע פּראָטעסט־כוואַליע, וועלכע האָט אין יאַנואַר געבראַכט צו דער מאַכט דעם לינקן פּאָפּוליסט אַלעקסיס ציפּראַס, אַ געוועזענער קאָמוניסט.

דער נײַער פּרעמיער האָט צוגעזאָגט צו צווינגען די קרעדיטאָרן מבֿטל צו זײַן די חובֿות. אונטער זײַט מאַכט, האָט די גריכישע רעגירונג אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע פֿון באַשולדיקונגען און דראָונגען קעגן די קרעדיטאָרן, בפֿרט דײַטשלאַנד. ציפּראַס האָט געסטראַשעט צו פֿאַרלאָזן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, דרײַ מאָל במשך פֿון 10 חדשים האָט ער זיך געטראָפֿן מיט פּוטין אין מאָסקווע, און געגעבן צו וויסן, אַז טאָמער די קרעדיטאָרן פֿאָלגן נישט זײַנע תּנאָים, וועט זײַן לאַנד אַריבער אונטער דער רוסלענדישער השפּעה.

דער נאַציאָנאַלער חובֿ פֿון גריכנלאַד האָט דעמאָלט שוין דערגרייכט 315 מיליאַרד אייראָ. דער גריכישער קריזיס האָט גורם געווען אַ ממשותדיקע אינפֿלאַציע פֿונעם אייראָ. צום סוף, האָט ציפּראַס זיך אָבער אונטערגעגעבן די מעכטיקע קרעדיטאָרן און אָנגענומען זייערע תּנאָים. די אייראָפּעער האָבן געמיינט, אַז דער גריכישער קריזיס איז געלייזט געוואָרן און די עקאָנאָמיע וועט זיך ווײַטער נישט וואַקלען.

ווען דער זומער האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט זיך אָבער אָנגעהויבן אַן אומרויִקער האַרבסט. עס זענען אָנגעקומען צענדליקער און הונדערטער טויזנט פּליטים פֿון אַפֿריקע, סיריע, אַפֿגאַניסטאַן און אַנדערע ווײַטע מקומות; זיי האָבן געגנבֿעט די גרענעץ פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד אויף שיפֿלעך און צופֿוס, ברעכנדיק די פּאָליציי־באַריערן. ס׳זעט אויס, אַז אין אייראָפּע הייבט זיך אָן אַ נײַער „הייסער‟ האַרבסט־סעזאָן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.