ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

דער זינגער דזשאַש דאָלגין
דער זינגער דזשאַש דאָלגין

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 25, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)


צו חלומען אויף ייִדיש: קאָנצערט לזכר חנה קופּער ז׳׳ל

דער פֿערטער יערלעכער קאָנצערט לזכר חנה קופּער וועט הײַיאָר פֿאָרקומען אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ אין מאַנהעטן ווי אַ טייל פֿונעם נײַעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק‟. אין דער פּראָגראַם וועלן די מוזיקער פֿראַנק לאָנדאָן, מײַקל ווינאָגראַד, דזשאַש דאָלגין (DJ Socalled) און שׂרה־מינע גאָרדאָן, פֿאָרשטעלן אַ ריי לידער פֿון קופּערס אַלבאָם „אין ליבשאַפֿט און געראַנגל: די מוזיקאַלישע ירושה פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד‟. בעתן קאָנצערט וועט מען צוטיילן דזשאַש דאָלגין די הײַיאָריקע אויסצייכענונג פֿונעם „פֿאָנד א׳׳נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟.

די פּראָגראַם, וואָס ווערט ספּאָנסירט דורכן „ייִוואָ‟, „ייִדיש ניו־יאָרק‟, GOH Productions, און דער „פֿאָלקסבינע‟, וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 26סטן דעצעמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן ($18 דאָלאַר פֿאַר סטודענטן, $36 פֿאַרן ברייטערן עולם) קען מען באַשטעלן דאָ //dreaminginyiddish2015.brownpapertickets.com/


אויסשטעלונג וועגן דעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער

די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק וועט אָפּגעשפּיגלט ווערן אין אַן אויסשטעלונג בײַם „מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟. די אויסשטעלונג וועט איבערגעבן די געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן „בראָדוויי‟ אויף דער צווייטער עוועניו דורך פֿאַרשידענע חפֿצים, רעקאָרדירונגען און בילדער. דער מוזיי האָפֿט, אַז די אויסשטעלונג וועט אונטערשטרײַכן די השפּעות, וואָס דער אַמאָליקער ייִדישער טעאַטער האָט געהאַט אויף דער ברייטערער אַמעריקאַנער קולטור.

די אויסשטעלונג וועט זיך עפֿענען דעם 9טן מאַרץ, 2016.