פֿייסבוק — אַ מקוים־געוואָרענע אוטאָפּיע

Facebook - A Utopia That Was Actually Realized

מאַרק צוקערבערג
Getty Images
מאַרק צוקערבערג

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 01, 2015, issue of October 16, 2015.

אין אַ מאָדנער וועלט איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר שעה — אין דער וועלט פֿון „פֿייסבוק‟. מײַן ווײַבס יונגע קרובֿה, וואָס אַרבעט דאָרטן, האָט אונדז פֿאַרבעטן צו קומען אַהין אויף אַ לאָנטש. די זאַך איז, אַז אַלע מיטאַרבעטער פֿון „פֿייסבוק‟ זײַנען באַזאָרגט מיט אומזיסטן עסן — פֿון אין דער פֿרי ביז אויף דער נאַכט — און קענען פֿאַרבעטן געסט, אויך אומזיסט. זײַנען מיר געווען אירע געסט.

עס קען בכלל זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק — און ער שאַפֿט זיך טאַקע — אַז ס’איז אַן אָרט, וווּ נאָר געציילטע מענטשן טוען עפּעס, אַרבעטן; די איבעריקע גייען אַרום איבער דער ברייטער גאַס צווישן די בנינים און פֿאַרנעמען זיך מיט עסן צי פּשוט פּלאַפּלען. עסן און טרינקען קען מען (איך חזר איבער — אומזיסט) אין אַ צאָל רעסטאָראַנען, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין פֿאַרשיידענע מאכלים. דערצו זײַנען דאָ אַ סך ערטער, וווּ מע קען פּשוט איבערכאַפּן קאַווע, פֿרוכטן, כּלערליי קלייניקייטן.

מיך האָט באַזונדערס געפּלעפֿט אַ ווינקל, וווּ עס שטייען דיוואַנען, פֿאָטעלן און אַ צוויי צי דרײַ צענדליק פֿלעשער — משקה, מע קען מאַכן אַ כּוסע. אמת, אין די פּאָר שעה, וואָס איך האָב דאָרטן זיך געדרייט, האָב איך ניט געזען, אַז עמעצער זאָל עס טאָן. אַ סבֿרא, אַז מע טוט עס נעענטער צום סוף טאָג.

דער מחבר אין „פֿייסבוק‟־„אימפּעריע‟
דער מחבר אין „פֿייסבוק‟־„אימפּעריע‟

די פּנימער זײַנען יונגע, ניכטערע און, גלײַך ווי מע האָט זיי אַזוי אונטערגעקליבן, סימפּאַטישע. אַלץ זעט אויס ניט רעאַל. איך האָב געהאַט די גאַנצע צײַט אַ געפֿיל פֿון געפֿינען זיך אין אַ סצענע פֿון אַ פֿילם, ניט אין קיין אָרט פֿון אַ „נאָרמאַלער‟ טאָג־טעגלעכקייט. אַן אוטאָפּיע פֿון אַ ייִדישן בחור מאַרק צוקערבערג, וואָס איז מקוים געוואָרן און ברענגט דערצו אַ פֿעטן רווח (דער זשורנאַל „פֿאָרבס‟ שאַצט אָפּ, אַז צוקערבערג איז „ווערט‟ אַריבער 40 ביליאָן דאָלאַר). ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם געוואַלדיקן קאָמערציעלן דערפֿאָלג, זײַנען די טויזנטער „אַקטיאָרן‟ פֿון אָט דעם אוטאָפּישן פֿילם באַזאָרגט מיט גוטע צי אַפֿילו זייער גוטע געהאַלטן; און דער ספּעציפֿישער גײַסט פֿון „פֿייסבוק‟, „גוגל‟ און ענלעכע „אוטאָפּיעס‟, וואָס געפֿינען זיך אין יענע מקומות, ווערט פֿאַרשפּרייט אויך אין די אַרומיקע קאַליפֿאָרניער שטעטלעך.

די סיסטעם פֿון אַרבעטן איז דאָרטן, ווי מע האָט מיר דערקלערט, אַזאַ: די מיטאַרבעטער באַקומען זייער חלק פֿון עפּעס אַ פּראָיעקט און אַ טערמין, ווען מע מוז עס פֿאַרענדיקן, אָבער קיינעם אינטערעסירט ניט, אין תּוך אַרײַן, וווּ און ווי אַזוי זיי וועלן מאַכן זייער אַרבעט. נאָך מער: מע טוט אַלץ, כּדי צו שאַפֿן אַן אַטמאָספֿער, וועלכע סטימולירט אַ גוטן רעזולטאַט. דער מענטש קען זיצן בײַ זײַן קאָמפּיוטער אין דעם אַלגעמיינעם זאַל, אָדער זיך פֿאַרבאַהאַלטן אין אַ באַזונדערן צימער, צי אַרויסגיין אין דרויסן און זיצן דאָרטן אויף אַ בענקל. אין דער היים קען מען אויך אַרבעטן — צוליב דעם איז איין טאָג אַ וואָך אין גאַנצן פֿרײַ פֿון באַראַטונגען.

זייער אַ סך איז צוגעטראַכט געוואָרן, דער מיטאַרבעטער זאָל קענען אויף אַ צײַט זיך אָפּווענדן פֿון זײַן האָרעוואַניע, וואָס פֿאָדערט אַ היפּשע אינטעלעקטועלע קאָנצענטראַציע. אָט איז אַ גרויסער צימער מיט פֿאַרשיידענע שפּיל־אויטאָמאַטן; און אָט איז אַ ווערקשטעל, וווּ מע קען עפּעס מײַסטרעווען, למשל, פֿון האָלץ. און אַ מײַסטער וועט אַפֿילו אונטערזאָגן, ווי אַזוי עס בעסער צו טאָן. ס’איז פֿאַראַן אַן אָרט, וווּ עס בײַט זיך כּסדר די סחורה פֿונעם געשעפֿט. אין דעם טאָג, ווען איך בין דאָרטן געווען, האָט עס מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געשעפֿט פֿון גאַנץ עקזאָטישע שיך. מע קען אויך ברענגען שמוציקע בגדים און עס דערנאָך באַקומען ציכטיק ריין. בײַ אַ נויט קען מען זיך צו אַ דאָקטער אויך אַרײַנכאַפּן.

הינטער דעם דאָזיקן פֿאַרפֿירערישן פֿאַסאַד פֿון אַ שטענדיקער הוליאַנקע ווערט, אין דער אמתן, געפֿירט אַן אינטענסיווע און קאָמפּליצירטע אַרבעט. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַן עליטאַרע סבֿיבֿה פֿון יונגע טאַלאַנטן, צונויפֿגעקליבן פֿון גאַנץ אַמעריקע און, אָפֿט מאָל, פֿון דער גאָרער וועלט. די גאַנצע צײַט האָט זיך אין מײַן קאָפּ געבאָמבלט די פֿראַגע, ווי אַזוי וועט עס אַלץ אויסזען אין, אַ שטייגער, צען יאָר אַרום. צי וועלן די הײַנטיקע יונגע לײַט קענען אויך ווײַטער ווײַזן גוטע רעזולטאַטן? אָדער וועלן זיי מוזן אָפּטרעטן זייערע ערטער פֿאַר נײַע יונגע טאַלאַנטן און געפֿינען פֿאַר זיך אַנדערע, רויִקערע „הוליאַנקעס‟? די צײַט וועט ווײַזן. דערווײַל האָב איך געהאַט גרויס הנאה פֿון פֿאַרברענגען אַ קורצע צײַט אין אָט דער מקוים־געוואָרענער אוטאָפּיע, וווּ עס שאַפֿט זיך עפּעס אַזוינס, וואָס בײַט דאָס לעבן — בדרך־כּלל, צום גוטן — פֿון מיליאָנען מענטשן. אַגבֿ, ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז דער לייענער פֿון אָט דעם טעקסט וועט אים באַקומען דורך דעם זעלבן „פֿייסבוק‟.