ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published September 30, 2015, issue of October 16, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער מיניסטער פֿאַר רעסורסן, ענערגיע און צפֿון־אויסטראַליע דזשאַש פֿרידנבערג ווערט אײַנגעשוואָרן, מאָנטיק, דעם 21סטן סעפּטעמבער,  בעת אַ צערעמאָניע אין קאַנבעראַ, אויסטראַליע
Getty Images
דער מיניסטער פֿאַר רעסורסן, ענערגיע און צפֿון־אויסטראַליע דזשאַש פֿרידנבערג ווערט אײַנגעשוואָרן, מאָנטיק, דעם 21סטן סעפּטעמבער, בעת אַ צערעמאָניע אין קאַנבעראַ, אויסטראַליע

מיניסטער פֿאַר רעסורסן, ענערגיע און פֿאַר צפֿון־אױסטראַליע — אַ ייִד

דער קאָנסערװאַטיװער מלוכה־מאַן דזשאָש פֿרײַדענבערג איז צו 44 יאָר באַשטימט געװאָרן װי דער מיניסטער פֿאַר רעסורסן, ענערגיע און צפֿון־אױסטראַליע אין דער נײַער רעגירונג, װאָס װערט אָנגעפֿירט פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ. פֿרײַדענבערג האָט געטראָגן אַ יאַרמולקע און געהאַלטן אַ חומש בעת דער אײַנשווער־צערעמאָניע. דער חומש איז געװען אַ מתּנה פֿון סער זעלמאַן קאַוען — דער צװײטער ייִד, װאָס האָט געדינט װי אױסטראַליעס גאָװערנאָר־גענעראַל, צװישן 1977 און 1982.

צװײטע געװעזענע תּלמידה גרײט זיך אָנצוקלאָגן „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול אין געריכט

אַ צװײטע געװעזענע תּלמידה און לערערין בײַ דער „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול אין מעלבורן האָט אָנגעשטעלט אַן אַדװאָקאַט איר צו העלפֿן לאָדן די טאָגשול און איר געװעזענע פֿאַרװאַלטערין, רביצין מלכּה לײפֿער, אין געריכט. די רביצין װערט באַשולדיקט אין באַגײן 74 פֿאַלן פֿון סעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן קינדער. די טאָגשול װערט באַשולדיקט אין נישט אָפּגעבן זיך מיטן װױלזײַן פֿון די קינדער אין איר רשות.

דאָס הױפּט־געריכט פֿון דעם שטאַט װיקטאָריע האָט לעצטנס געמישפּט, אַז רביצין לײפֿער און די „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול דאַרפֿן באַצאָלן מער װי אַ מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן צו דער ערשטער געװעזענער תּלמידה, װאָס האָט געלאָדן די רביצין און די טאָגשול אין געריכט.

רביצין לײפֿער װױנט נאָך אַלץ אין ישׂראל, װוּ זי פּרובירט אױסמײַדן אַ פּרוּװ פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג זי צוריקצוברענגען קײן מעלבורן, כּדי זי זאָל געמישפּט װערן דאָ אין קרימינעל־געריכט. רביצין לײפֿער װױנט אונטער הױז־אַרעסט. דער ענין דאַרף באַשטעטיקט װערן סוף אָקטאָבער הײַיאָר.

אַ קאָמיטעט פֿון דער „עדת־ישׂראל‟־טאָגשול האָט אָרגאַניזירט, אַז רביצין לײפֿער און איר משפּחה זאָלן פֿאַרלאָזן מעלבורן אַזױ גיך װי די באַשולדיקונגען קעגן איר זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין 2008.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.