רוסלאַנד: אַמעריקע מוז לאָזן אַסאַדן צו רו

Russia Forces US To Accept Assad for Now

Getty Images

פֿון רויטערס

Published October 01, 2015, issue of October 16, 2015.

דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, מוז ענטפֿערן אויף דער רוסלענדישער מיליטערישער אַרײַנמישונג אינעם סירישן קאָנפֿליקט. צוליב דעם דאַרף דער מאַכן צוויי אויספֿירן: ער קאָן נישט מער איגנאָרירן מאָסקווע און מוז דערווײַל לאָזן דעם סירישן פּרעזידענט, באַשאַר אַסאַד.

נאָך דער אַנעקסאַציע פֿונעם אוקראַיִנישן האַלב־אינדזל קרים און דעם שטיצן די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן אין מיזרח־אוקראַיִנע, איז דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, געליטן פֿון פּאָליטישער איזאָלאַציע. מאָנטיק, דעם 28סטן סעפּטעמבער, האָט אָבער אָבאַמאַ געמוזט מיט אים אָפּשמועסן, צוליב דעם פּלוצעמדיקן אַרײַנפֿיר פֿון רוסלענדישע מיליטערישע עראָפּלאַנען און טאַנקען אין סיריע. ביידע צדדים האָבן מסכּים געווען, אַז זיי מוזן קאָאָפּערירן, כּדי אָפּצושטעלן די בירגער־קריג. אַן אַמעריקאַנער אָפֿיציעלער רעגירונג־פֿאָרשטייער האָט איבערגעגעבן דער נײַעס־אַגענטור „רויטערס‟, אַז די מיליטערישע כּוחות פֿון ביידע לענדער מוזן קאָאָרדינירן זייערע פּלענער, כּדי זיך נישט צוזאַמענצושטויסן צוליב דעם סירישן קאָנפֿליקט.

הגם די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האַלט, אַז אַסאַד, מיט זײַנע דיקטאַטאָרישע מעשׂים, האָט פֿאַרלוירן זײַן רעכט אָנצופֿירן ווײַטער מיטן לאַנד און מוז אַוועקגיין, האָבן די אַמעריקאַנער רעגירונג־פֿירער שוין אַ סך מאָל געוואָרנט, אַז למעשׂה קאָן מען אים נישט אַראָפּוואַרפֿן. אַדרבה, במשך פֿון די לעצטע חדשים האָבן די אַמעריקאַנער כּוחות זיך פֿאָקוסירט אויפֿן קאַמף קעגן „אײַסיס‟ און האָבן פֿאַקטיש געלאָזט אַסאַדן צו רו.

נאָכן באַהאַנדלען דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן, האָט דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, אָפּגעגעבן די לעצטע וואָך אַ סך צײַט אין דער גענעראַל־אַסאַמבלעע בײַ דער „יו־ען‟, פּרוּוונדיק אויסצואַרבעטן אַ נײַע פּאָליטישע לייזונג פֿונעם סירישן קאָנפֿליקט און צו שאַפֿן אַ נײַע „קאָנטאַקט־גרופּע‟, וואָס וועט, האָפֿנטלעך, געפֿינען אַן אויסוועג נאָך די פֿריִערדיקע דיפּלאָמאַטישע מפּלות אין סיריע. מע איז זיך משער, אַז אין דער דאָזיקער גרופּע וועלן אַרײַן בריטאַניע, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, סאַודיע, קאַטאַר, טערקײַ און אַנדערע לענדער, וואָס זענען אומצופֿרידן מיט אַסאַדס רעגירונג און ווילן פּטור ווערן פֿון „אײַסיס‟.

דער סאַודישער אויסערן־מיניסטער, אַדעל אַל־דזשובייר, האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָפֿט צו באַזאָרגן די אויפֿשטענדלער, וואָס באַקעמפֿן אַסאַדס רעזשים, מיט מער מלוכישע כּוחות. דערווײַל האָט ער אָבער נישט דערקלערט, ווי זײַן לאַנד קלײַבט זיך דאָס צו טאָן, כּדי צו מאַכן אַ סוף פֿון אַסאַדס „אומדערלאָזלעכער‟ מאַכט. עס קאָן אָבער זײַן, אַז די „קאָנטאַקט־גרופּע‟ וועט באַשטיין פֿון די זעלבע גרעסטע וועלט־כּוחות, וואָס האָבן בשותּפֿות דערגרייכט דעם הסכּם מיט איראַן — דהײַנו, בריטאַניע, כינע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, רוסלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

קערי האָט באַמערקט, אַז בלויז אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן וווינען 65 מיליאָן מוסולמענער־סוניטן, וועלכע זענען געשטימט קעגן אַסאַדן און קאָנען העלפֿן אָבאַמאַ אינעם דאָזיקן געביט. פֿונדעסטוועגן, האַלטן די פּאָליטישע אַנאַליטיקער, אַז דערווײַל איז, מעגלעך, בעסער זיך צו קאָנצענטרירן אויף דער פּראָבלעם פֿון „אײַסיס‟ און אָפּצולאָזן די פֿראַגע פֿון אַסאַדס צווייפֿלהאַפֿטיקן רעזשים אויף שפּעטער. מעטיו ראָדזשאַנסקי, אַ מומחה אין די באַציִונגען צווישן דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿונעם וואַשינגטאָנער „ווילסאָן־צענטער‟, האָט דערקלערט, אַז דער בשותּפֿותדיקער פֿאָקוס אויפֿן געראַנגל קעגן דער סכּנותדיקער מיליטאַנטישער גרופּע קאָן זײַן דווקא אַ גוטע סטראַטעגיע, אויב אַפֿילו אַסאַדס רעזשים וועט ווערן אַ ביסל שטאַרקער, ווי אַ צײַטווײַליקער אומגעוווּנטשענער בײַ־עפֿעקט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.