ערשטע ספֿרדישע בירגערשאַפֿט־קאַנדידאַטן אין שפּאַניע

Spain Begins Review of Sephardic Citizenship Applications

די אוראַלטע שיל אין באַרסעלאָנע, שפּאַניע, וווּ מע האָט געדאַוונט ביז 1391, ווען מע האָט אויסגעהרגט די אָרטיקע ייִדישע קהילה
די אוראַלטע שיל אין באַרסעלאָנע, שפּאַניע, וווּ מע האָט געדאַוונט ביז 1391, ווען מע האָט אויסגעהרגט די אָרטיקע ייִדישע קהילה

פֿון ייִט״אַ

Published October 01, 2015, issue of October 16, 2015.

די שפּאַנישע רעגירונג האָט אָנגעהויבן באַטראַכטן די בקשות פֿון 4,500 מענטשן, וועלכע האָבן דערקלערט, אַז זיי שטאַמען פֿון ספֿרדישע ייִדן, און ווילן ווערן בירגער פֿון שפּאַניע.

מיטוואָך, דעם 30סטן סעפּטעמבער, האָט די „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין שפּאַניע‟ איבערגעגעבן, אַז דעם 2טן אָקטאָבער וועט מען אָנהייבן צו באַטראַכטן די אַנקעטעס פֿון די בירגערשאַפֿט־קאַנדידאַטן. נישט לאַנג צוריק, האָט די שפּאַנישע רעגירונג אָנגענומען דעם געזעץ, לויט וועלכן די אָפּשטאַמלינגען פֿון די פֿאַרטריבענע ספֿרדים האָבן דאָס רעכט זיך אומקערן אינעם היסטאָרישן לאַנד פֿון זייערע אָבֿות. די קומענדיקע וואָך וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אַ רעגירונג־באַפֿעל, אויפֿן סמך פֿונעם דאָזיקן געזעץ, לויט וועלכן די נײַע בירגער וועלן נישט מוזן זיך אָפּזאָגן פֿון זייערע בירגערשאַפֿט־רעכט אין אַנדערע לענדער.

נאָך אַ סעריע דעבאַטן, האָט דער שפּאַנישער פּאַרלאַמענט גוטגעהייסן אין יוני די ענדגילטיקע ווערסיע פֿונעם געזעץ, לויט וועלכן די קאַנדידאַטן דאַרפֿן נישט פֿאָרן קיין שפּאַניע, ווי מע האָט צוערשט פֿאָרגעלייגט, אָבער מוזן אונטערשרײַבן די דאָקומענטן מיט אַ שפּאַנישן נאָטאַריוס און באַווײַזן זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט דער שפּאַנישער שפּראַך און קולטור.

די שפּאַנישע רעגירונג און די באַאַמטע פֿונעם יוסטיץ־מיניסטעריום האָבן אינעם יאָר 2012 פֿאָרגעשלאָגן „תּשובֿה צו טאָן‟ פֿאַרן גירוש־ספֿרד און די אינקוויציע־רדיפֿות אויף ייִדן אינעם 15טן און 16טן יאָרהונדערט. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט מען אײַנגעפֿירט אַן ענלעכן געזעץ, אַ מין אייראָפּעיִשע ווערסיע פֿונעם „חוק־השבֿות‟, אין פּאָרטוגאַל. די „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין שפּאַניע‟ וועט צוזאַמען מיט דער רעגירונג, דינענדיק ווי אַ שותּף און קאָנסולטאַנט, באַשטעטיקן אין יעדן פֿאַל, צי די קאַנדידאַטן שטאַמען טאַקע פֿון די אַמאָליקע פֿאַרטריבענע ספֿרדים. די אָרגאַניזאַציע האָט איבערגעגעבן, אַז ס׳רובֿ אַנקעטעס זענען געקומען פֿון טערקישע, מאַראָקאַנער און ווענעזועלער בירגער. אין גיכן קלײַבט מען זיך אָנצורופֿן די ערשטע נעמען פֿון די, וואָס וועלן באַקומען די בירגערשאַפֿט לויטן אַזוי־גערופֿענעם „שפּאַנישן חוק־השבֿות‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.