ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

ישׂראל־זינגערין ראַטשי גוטמאַן
ישׂראל־זינגערין ראַטשי גוטמאַן

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published October 01, 2015, issue of October 30, 2015.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די לעצטע רעדע פֿון דער פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער אין „יו־ען‟

מאָנטיק, דעם 28סטן סעפּטעמבער האָט די אַרגענטינער פּרעזידענטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער, געהאַלטן איר לעצטע רעדע װי פּרעזידענטין פֿאַרן פּלענום פֿון דער גענעראַל־פֿאַרזאַמלונג פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אין ניו־יאָרק.

זי האָט צװישן אַנדערע טעמעס פֿאַרטיידיקט די שטעלונג פֿון איר אַדמיניסטראַציע לגבי די איראַנער און דעם סודותדיקן אָפּמאַך, װאָס דער אַרגענטינער העכסטער געריכט האָט שפּעטער דערקלערט װי נישט־קאָנסטיטוציאָנעל. זי האָט אונטערגעשטראָכן, אַז זי איז איבערגעצײַגט: דער אָפּמאַך װאָלט דערמעגלעכט, אַז די באַשולדיקטע זאָלן קענען אויסגעפֿאָרשט װערן פֿונעם אַרגענטינער ריכטער אין טעהעראַן.

זי האָט אויך גערעדט וועגן איר קאַמף קעגן טעראָריזם און אירע באַמיִונגען צו געפֿינען די שולדיקע אין די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע און דעם קהילה־בנין. זי האָט זיך פֿאַררופֿן אויפֿן אָפּמאַך צװישן אַמעריקע און איראַן און אַז קיינער באַשולדיקט נישט אָבאַמאַ װי מען האָט זי באַשולדיקט אין אַרגענטינע און אויף דער װעלט. זי האָט פֿירגעװאָרפֿן אַמעריקע די טענה צו איר, אַז זי באַהאַלט פֿאַקטיש דעם אַרגענטינער שפּיאָן כאַיִמע סטיוסאָ, װאָס איז באַזײַטיקט געװאָרן, אַנטלאָפֿן און װערט באַשולדיקט אינעם זײַן פֿאַרמישט אין פֿאַרדעקן דעם אַטענטאַט, און אין דער נישט־לעגאַלער מיטאַרבעט מיטן פּראָקוראָר ניסמאַן: „מיר זײַנען נישט קיין מיטפֿאַרברעכערס מיטן איראַנער רעזשים.‟ זי האָט אויך דערמאָנט דעם קובאַנער פּרעזידענט ראַול קאַסטראָ, װאָס באַטייליקט זיך צום ערשטן מאָל אויף דער פֿאַרזאַמלונג, און זיך געפֿרייט מיטן פּויפּסט פֿראַנציס באַזוך אין אַמעריקע.


קובאַ: דער ייִדישער ייִשובֿ איז צופֿרידן פֿון פּויפּסטס באַזוך

דער ייִדישער ייִשובֿ אין קובאַ האָט זיך געפֿרייט מיטן באַזוך פֿון פּויפּסט פֿראַנציס. דער רבֿ שמואל שטיינהענדלער; אסתּר יעקין, פֿון ספֿרדישן צענטער; פּראָפֿ׳ שלמה סוסי, פֿאָרזיצער פֿון דער אָרטאָדאָקסישער סינאַגאָגע און ראָדאָלפֿאָ מזרחי, קאָאָרדינאַטאָר פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס, זײַנען פֿאַרבעטן געװאָרן אויף אַלע אַקטן, װוּ דער פּויפּסט האָט זיך באַטייליקט. אויך אַנדערע רעליגיעזע פֿאָרשטייער זײַנען פֿאַרבעטן געװאָרן.


פּרעמיערע פֿונעם פֿילם „שפּורן‟

מיטװאָך דעם 30סטן סעפּטעמבער האָט מען אין זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה געװיזן דעם פֿילם „שפּורן‟, װאָס שילדערט די געשיכטע פֿון דער אַנטשטייוּנג פֿון דער ייִדישער אַגראַ־קאָלאָניע אין סאַן־סאַלװאַדאָר, פּראָװינץ ענטרע ריאָס. דער רירנדיקער דאָקומענט איז נאָך איין בײַטראָג פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע און דעם קאָאָפּעראַטיװיזם אין אַרגענטינע.


די ישׂראל־זינגערין ראַטשי גוטמאַן זינגט אין ייִוואָ

די זינגערין ראַטשי גוטמאַן, װאָס װוינט און טרעט כּסדר אויף אין ישׂראל, האָט באַזוכט איר געבורטסשטאָט בוענאָס־אײַרעס. װי אַ געװעזענע תּלמידה פֿון די ייִדיש־קורסן אין ייִװאָ, האָט זי געװאָלט געבן אַ קאָנצערט אינעם זאַל פֿון דער אינסטיטוציע, װאָס האָט זי פֿאָרמירט אויפֿן ייִדישן געביט. מיט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער, װוּ עס האָבן נישט געפֿעלט קיין טאַנגאָס, האָט ראַטשי פֿאַרכּישופֿט דעם עולם, װאָס האָט מיט איר מיטגעזונגען באַקאַנטע ייִדישע לידער.


אַ לעקציע וועגן די „פּראָטאָקאָלן פֿון די זיקני־ציון‟

ד״ר משה קיִאַק, געװעזענער פֿאָרזיצער פֿון אַרגענטינער ייִװאָ און אַ באַרימטער פּסיכאָאַנאַליסט, האָט רעפֿערירט אין דעם „צענטער פֿון ספֿרדישער קולטור־סידיקסעף‟, מאָנטיק, דעם 21סטן סעפּטעמבער, אויף דער טעמע „דער שוידערלעכסטער אַנטיסעמיטישער בילבול — די פּראָטאָקאָלן פֿון די זיקני־ציון‟. דער לעקטאָר האָט אַנאַליזירט דעם היסטאָרישן הינטערגרונט און װי אַזוי דער בילבול װערט נאָך אָנגעװענדט ביזן הײַנטיקן טאָג.


אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „װאָס קען בײַטראָגן די מאָדערנע װיסנשאַפֿט אין די מעשׂיות פֿון חומש‟

אין דעם אוניװערסיטאַרן צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס האָט ישׂראל לאָטערשטיין רעפֿערירט װעגן זײַן אַרבעט, „װאָס קען בײַטראָגן די מאָדערנע װיסנשאַפֿט אין די מעשׂיות פֿון חומש‟. ער האָט אַנאַליזירט די מעשׂיות פֿון די אָבֿות, די געשיכטע פֿון די קעניגן און די פֿיגורן פֿון די נבֿיאים. זײַנע פֿאָרשונגען װעלן בקרובֿ פּובליקירט װערן אין אַ בוך.


אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון עלטערע לײַט‟

אין זאַל פֿון איינעם פֿון די גרעסטע קויפֿצענטערס פֿון שטאָט, „אַבאַסטאָ‟, איז אויפֿגעטראָטן, מיטװאָך דעם 30סטן סעפּטעמבער, דער יוגנט־אָרקעסטער פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, װאָס האָט צוזאַמען מיט דער גרופּע „זיידעס‟, אַן אַנסאַמבל פֿון עלטערן דור, געװידמעט דעם קאָנצערט דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון עלטערע מענטשן. יונג און אַלט האָבן זיך פֿאַראייניקט דורך מוזיק, מיט אַ ייִדישן און אינטערנאַציאָנאַלן רעפּערטואַר.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.