פֿאַר וואָס פֿאַרדאַמט רוסלאַנד אַ ייִדישע חסד־אָרגאַניזאַציע?

Why Is Russia Slamming a Jewish Charity Organization?


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published October 02, 2015, issue of October 30, 2015.

לעצטנס, איז פֿון אַ שטאָט אין רוסלאַנד, ריאַזאַן (140 ק‟מ דרום פֿון מאָסקווע), אָנגעקומען אַ ידיעה, וואָס האָט באַלד באַקומען אַ גרויסן רעזאָנאַנס אי אין רוסלאַנד, אי אין אויסלאַנד. דהײַנו: אַ קליינע ייִדישע וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציע, „חסד־תּשובֿה‟, האָט באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַן „אויסלענדישן אַגענט‟.

דער געזעץ „וועגן אויסלענדישע אַגענטן‟ איז אָנגענומען געוואָרן אין רוסלאַנד אין 2012. אַזאַ סטאַטוס קען באַקומען אַ ניט־מלוכישע נישט־פּראָפֿיט־אָרגאַניזאַציע, און צו דעם דאַרפֿן אומבאַדינגט זײַן צוויי סיבות: ערשטנס, די אָרגאַניזאַציע מוז געשטיצט ווערן פֿון אויסלאַנד; און צווייטנס: זי מוז זיך פֿאַרנעמען מיט פּאָליטישער טעטיקייט. דער געזעץ גופֿא פֿאַרמאָגט ניט קיין קלאָרע דעפֿיניציעס, און דער אויסדרוק „פּאָליטישע טעטיקייט‟ קען פֿאַרטײַטשט ווערן אויף גאָר פֿאַרשיידענע אופֿנים.

די פּראָצעדור פֿון אײַנשליסן אַן אָרגאַניזאַציע אין דער ליסטע פֿון „אויסלענדישע אַגענטן‟ איז אַזאַ; פֿאָרשטייער פֿון דעם יוסטיץ־מיניסטעריום קאָנטראָלירן די אָרגאַניזאַציע, און אויב זיי געפֿינען סיבות צו דעם, לייגט דער מיניסטעריום דער אָרגאַניזאַציע פֿאָר צו פֿאַרשרײַבן זיך ווי אַן „אויסלענדישער אַגענט‟. טאָמער די אָרגאַניזאַציע זאָגט זיך אָפּ, ווערט זי אַזוי פֿאַרשריבן מצד דעם מיניסטעריום אַליין און געצווינגט צו באַצאָלן אַ שטראָף.

דער „שוואַרצער צייכן‟ פֿון אַן אויסלענדישן אַגענט דראָט מיט אומאַנגענעמע קאָנסעקווענצן: אַלע פֿינאַנץ־באַריכטן (ווי אויך אַנדערע באַריכטן) מוזן צוגעשטעלט ווערן ניט איין מאָל אַ יאָר, נאָר איין מאָל אַ קוואַרטאַל (וואָס מיינט, אַז די צאָל פֿון די געשעפֿטס־פֿירער מוז זײַן לכל־הפּחות געטאָפּלט, אויב ניט נאָך גרעסער); און אַלע קאָמיסיעס האָבן דאָס רעכט צו קאָנטראָלירן די אָרגאַניזאַציע וויפֿל זיי ווילן און אָן אַ וואָרענונג. אַזוי אַרום, קען די טעטיקייט פֿון דער אָרגאַניזאַציע פֿאַקטיש אָפּגעשטעלט ווערן. אַחוץ דעם, האָט אַן „אויסלענדישער אַגענט‟ כּמעט ניט קיין שאַנסן צו באַקומען שטיצע פֿון די אָרטיקע, רוסלענדישע אינוועסטאָרן.

פֿון 2012 אָן האָט דער יוסטיץ־מיניסטעריום אַרײַנגעשטעלט אין דער ליסטע פֿון „אויסלענדישע אַגענטן‟ 93 אָרגאַניזאַציעס, בתוכם די פֿונדאַציע „דינאַסטיע‟, וואָס האָט געשטיצט רוסישע געלערנטע און בילדונג־אַנשטאַלטן; די געזעלשאַפֿט „בירגערלעכע מיטטוּוּנג‟, וואָס העלפֿט די אויסלענדישע פּליטים אין מאָסקווע, און עטלעכע אַנדערע באַקאַנטע דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס. דאָס רובֿ „אויסלענדישע אַגענטן‟ אָבער זענען קליינע פּראָווינציעלע אָרגאַניזאַציעס, וואָס אַ גרויסער טייל פֿון זיי פֿאַרנעמען זיך מיט עקאָלאָגישע פּראָבלעמען, שיצן די נאַטור בכלל אָדער באַזונדערע זעלטענע מינים פֿון חיות.

דער פֿאַרטרעטער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד (חב״ד) ברוך גאָרין מיינט, אַז ס׳איז ניט צופֿעליק, וואָס ס‘רובֿ „אויסלענדישע אַגענטן‟ געפֿינען זיך דווקא אין פּראָווינץ: די מלוכה איז אין רעגיאָן פֿרײַ צו ליקווידירן די אָרגאַניזאַציעס וואָס שטערן איר. נאָך מער: דאָס איז דער אמתער ציל פֿונעם געזעץ.

ברוך גאָרין באַטאָנט דעם אונטערשייד צווישן די רעאַקציעס פֿונעם צענטראַלן יוסטיץ־מיניסטעריום און זײַן אָפּטייל אין ריאַזאַן. דאָס מיניסטעריום ווענדט זיך כּסדר צו דער פֿעדעראַציע, פֿרעגט זי אויס מכּוח כּלערליי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און קיין טענות צו זייער טעטיקייט האָט די פֿעדעראַציע ניט געהאַט.

די ריאַזאַנער אָפּטיילונג בײַם יוסטיץ־מיניסטעריום ווײַזט אַרויס אַ היסטערישע רעאַקציע, און איז ממשותדיק צעמישט. פֿון דעם נאַטשאַלניקס ביוראָ האָט מען מיך אָפּגעשיקט צו דעם אָפּטייל פֿון ניט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס, און זײַן אָנפֿירער האָט געזאָגט, אַז ער איז ניט באַפֿולמעכטיקט צו קאָמענטירן די סיטואַציע. ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט אָנצוקלינגען דעם נאַטשאַלניק גופֿא.

יענער, פֿון זײַן זײַט, האָט געזאָגט, אַז כּדי מיר צו ענטפֿערן, מוז ער זיך קודם אַן עצה טאָן מיט דעם פּרעסע־צענטער, און בעט מיך אָנצוקלינגען שפּעטער. נאָך עטלעכער „שפּעטערס‟ האָט מיר דער נאַטשאַלניק, סוף־כּל־סוף, צוגעשיקט אַ דעפּעש, וווּ עס ווערט אויספֿירלעך דערקלערט, אַז די ריאַזאַנער אָפּטיילונג האָט עס געטאָן אין די ראַמען פֿונעם געזעץ; דאָס אַרײַנשטעלן די „חסד־תּשובֿה‟ אין דער ליסטע פֿון די „אויסלענדישע אַגענטן‟ איז געווען בלויז אַ רעזולטאַט פֿונעם פּלאַן־קאָנטראָל.

די „חסד־תּשובֿה‟־אָרגאַניזאַציע ווערט באַשולדיקט סײַ אינעם באַקומען געלט פֿון אויסלאַנד (דאָס איז דאָך ניט קיין סוד; אויף דעם וועב־זײַטל און אין אַלע פֿינאַנץ־באַריכטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע שטייט בפֿירוש אָנגעוויזן, אַז איר הויפּט־שטיצער איז די פֿונדאַציע „דזשוינט‟), סײַ אין דער פּאָליטישער טעטיקייט.

אין דער דעפּעש, וואָס איך האָב באַקומען, שטייט אויך אָנגעשריבן, אַז „די פּאָליטישע טעטיקייט פֿון דער אָרגאַניזאַציע באַשטייט אין איר וועלן ווירקן אויפֿן אָננעמען די באַשלוסן פֿון דער מלוכה, און אין איר וועלן אַרויסרופֿן אַ ברייטן רעזאָנאַנס אין דער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט דורך פֿאַרשפּרייטן אין די מאַסן־קאָמוניקאַציעס פּאָליטישע פֿאַרצייכענונגען און אַרטיקלען; די דירערטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע ל. אַ. זאַכאַראָוואַ באַטייליקט זיך אין אונטערנעמונגען, וווּ עס ווערן דיסקוטירט די שוין אָנגענומענע געזעצן ׳וועגן די יסודות פֿון סאָציאַלער באַדינונג פֿון רוסלענדישע בירגער׳ און ׳וועגן רעגולירן באַזונדערע פֿראַגעס אין סאָציאַלער דינסט אין ריאַזאַנער געגנט׳, וואָס זייער ציל איז צו ווירקן אויף דער מלוכה און איר פּאָליטיק‟.

בקיצור, „חסד־תּשובֿה‟ איז שולדיק אין דעם, וואָס זי איז אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע און איר דירעקטאָרין איז פֿאַרבעטן געוואָרן זיך צו באַטייליקן אין געוויסע דיסקוסיעס.

ליודמילאַ זאַכאַראָוואַ, די אָנפֿירערין פֿון „חסד‟, האָט אַנומלט טאַקע אָנטייל גענומען אין אַ „רונדן טיש‟, געווידמעט די סאָציאַלע פּראָבלעמען אין ריאַזאַנער געגנט, און די מלוכה באַטראַכט אירע רייד דאָרטן ווי ווידערשפּעניקע צו דער מלוכה־פּאָליטיק. זאַכאַראָוואַ אַליין טענהט, אַז זי האָט אפֿילו ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט ווידערצושפּעניקן, ווײַל בײַם רונדן טיש האָבן די פֿאָרשטייער פֿונעם מיניסטעריום בלויז צונויפֿגעזאַמלט די פֿאַרטרעטער פֿון די וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס צו דערקלערן זיי, „וויאַזוי מע דאַרף אַרבעטן אין די ראַמען פֿון די נײַע געזעצן‟.

זאַכאַראָוואַ, וואָס איז אויך די פֿאָרזיצערין פֿון דער ריאַזאַנער ייִדישער קהילה, איז שאָקירט און אויפֿגעבראַכט פֿונעם מיניסטעריומס פּסק־דין. די „חסד־תּשובֿה‟ איז אַ בכּבֿודיקע אָרגאַניזאַציע, און איר טעטיקייט איז שוין ניט איינמאָל אָפּגעצייכנט געוואָרן פֿון דער מלוכה. אין 2007 און 2008 האָט „חסד־תּשובֿה‟ באַקומען סובסידיעס פֿונעם פּרעזידענט, אין 2014 — געוווּנען דעם פֿאַרמעסט פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער פּאַלאַטע פֿון רוסלאַנד אין דער נאָמינאַציע פֿון „שטיצע פֿון עלטערע מענטשן‟.

צום באַדויערן, איז די סיטואַציע, ווען די רעכטע האַנט אין דער מלוכה ווייסט ניט וואָס די לינקע טוט, ניט קיין נײַע זאַך. אין יולי האָט דאָס יוסטיץ־מיניסטעריום קאָנטראָלירט דעם באַרימטן „אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג‟, כּדי צו באַשליסן, צי מען מוז אים אויך אײַנשליסן אין דער ליסטע פֿון „אויסלענדישע אַגענטן‟ (דעם באַשלוס האָט מען נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט). אין דער זעלביקער צײַט, האָט אַן אַנדער מיניסטעריום באַשטעלט בײַ דעם אוניווערסיטעט אַ פּאָליטיש־אַנאַליטישע פֿאָרשונג און גוט באַצאָלט פֿאַר איר.

פּראָפֿעסאָר פֿון דעם „אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט‟, וואַלערי דימשיץ זאָגט, אַז דער געזעץ וועגן „אויסלענדישע אַגענטן‟ גיט דער מלוכה אַ מעגלעכקייט צו ליקווידירן יעדע אָרגאַניזאַציע אָן שום סיבה. דעם „אוניווערסיטעט‟ האָט מען שוין געפּרוּווט צו פֿאַרמאַכן אין 2008, צוליב זײַנע פֿאָרשונגען מכּוח די פּרעזידענטישע וואַלן. „דעמאָלט האָט די מלוכה זיך געמאַטערט, פּרוּוונדיק אויסצוטראַכטן אַ פֿאָרמעלע פּראָצעדור, — האָט דערקלערט פּראָפֿ‘ דימשיץ, — אָפֿיציעל איז דער אוניווערסיטעט דעמאָלט פֿאַרמאַכט געוואָרן דורך דער פֿײַער־לעשער־אינספּעקציע. איצט איז די פּראָצעדור אַ גרייטע, מען קען פֿאַרמאַכן יעדע ניט־מלוכישע אָרגאַניזאַציע, און קיין אָפּקלאַנג וועט דער ענין ניט באַקומען‟.

דער פּראָצעס פֿון „חסד־תּשובֿה‟ האָט אָבער יאָ באַקומען אַן אָפּקלאַנג.

ווי אַזוי זשע קען דער באַשלוס פֿונעם יוסטיץ־מיניסטעריום פֿאַרטײַטשט ווערן? ליודמילאַ זאַכאַראָוואַ האָט קיין ווערסיעס ניט. אין „דזשוינט‟ גיט מען צו פֿאַרשטיין, אַז די סיבה שטעקט אין דער אָרטיקער איניציאַטיוו; די טעטיקייט פֿון „חסד‟ איז געוואָרן צו פּאָפּולער, און האָט געבראַכט צו אַ סיכסוך צווישן דעם „חסד‟ און אַן אַנדער אָרטיקער אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט אים געמסרט.

דער „חסד‟ און די קהילה האָבן בדעה צו דערלאַנגען אַ פּראָטעסט, וואָס איז מעגלעך צו טאָן ביזן 30סטן דעצעמבער, און זיך צו דערשלאָגן מען זאָל אויסשליסן דעם „חסד‟ פֿון דער ליסטע. „מיר גלייבן, אַז אויב ס’וועט זײַן אַ געריכט, וועלן מיר געווינען‟, — זאָגט ליודמילאַ זאַכאַראָוואַ.

ס’איז שווער צו גלייבן, אַז דער באַשלוס איז אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַנטיסעמיטיזם; פּוטינס רעזשים איז בפֿירוש ניט אַנטיסעמיטיש, און ס’קען זײַן, אַז די ווענדונג צו דעם יוסטיץ־מיניסטעריום איז געווען דווקא פֿון אַ קאָנקורירנדיקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, אַנדערש גערעדט, אַ מסירה.

אָבער דער דאָזיקער באַשלוס האָט שטאַרק באַזאָרגט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער רוסישער פּראָווינץ. „שוין צענדליקער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך צו אונדז געוואָנדן און געפֿרעגט, וואָס צו טאָן און צי וועט עס העלפֿן, אויב זיי וועלן שליסן זייערע וועב־זײַטלעך, — האָט געזאָגט ברוך גאָרין. — אַכּלל, דער ציל איז דערגרייכט. רעגיאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס האָבן מורא און פֿון איצט אָן וועלן זיי אַליין ׳צענזורירן׳ זייער טעטיקייט. עס איז געשאַפֿן געוואָרן אַן אַטמאָספֿער פֿון בירגערלעכן טעראָר‟.

וואָס עס זאָל ווײַטער נישט זײַן, איז אַ גרויסער שאָד, וואָס פֿון דעם אומגעלומפּערטן געזעץ וועט פֿאַלן אַ קורבן, קודם־כּל, די סאָציאַל־אָפּגעשוואַכטע באַפֿעלקערונג, בתוכם עלטערע ייִדן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.