אַבאַס: אָפּמאַכן מיט ישׂראל ווערן בטל

Abbas: Palestinians No Longer Bound

מאַכמוד אַבאַס איז אויפֿגעטראָטן דעם 30סטן סעפּטעמבער אויף דער גענעראַל־אַסאַמבלעע בײַ דער „יו־ען‟ אין ניו־יאָרק.
Mary Altaffer/AP Images
מאַכמוד אַבאַס איז אויפֿגעטראָטן דעם 30סטן סעפּטעמבער אויף דער גענעראַל־אַסאַמבלעע בײַ דער „יו־ען‟ אין ניו־יאָרק.

פֿון ייִט״אַ

Published October 02, 2015, issue of October 30, 2015.

מיטוואָך, דעם 30סטן סעפּטעמבער, אין זײַן רעדע בעת דער יערלעכער גענעראַל־אַסאַמבלעע בײַ דער „יו־ען‟, האָט דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מאַכמוד אַבאַס, געזאָגט, אַז זײַן פֿאָלק מוז נישט מער פֿאָלגן די תּנאָים פֿון אָפּמאַכן מיט ישׂראל, הגם ער האָט נישט דערקלערט קיין קאָנקרעטע פּלענער, ווען און ווי אַזוי זײַן רעגירונג וועט זיי מבֿטל זײַן.

אַבאַס האָט באַטאָנט, אַז כּל־זמן די ישׂראלדיקע רעגירונג זאָגט זיך אָפּ אויסצופֿירן די אָפּמאַכן, וואָס זי האָט באַשלאָסן מיט די פּאַלעסטינער, און כּל־זמן זי זאָגט זיך ווײַטער אָפּ אָפּצושטעלן די ייִשובֿים־בויערײַ אויף די אָקופּירטע שטחים און צו באַפֿרײַען די פֿערטע גרופּע פֿון פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן, הגם זי האָט צוגעזאָגט דאָס צו טאָן, קאָן די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע ווײַטער נישט בלײַבן דער איינציקער צד, וואָס פֿאָלגט די אָפּמאַכן. דער פּרעזידענט האָט צוגעגעבן, אַז צוליב די הסכּמים מיט ישׂראל בלײַבט זײַן אויטאָנאָמיע אָן אַ רעאַלן פּאָליטישן כּוח; דערפֿאַר האָט ער נישט קיין אַנדער ברירה און מוז אָנהייבן זיך פֿירן אומאָפּהענגיק.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, וועלכער איז אויפֿגעטראָטן אויף דער גענעראַל־אַסאַמבלעע דאָנערשטיק, דעם 1טן אָקטאָבער, גלייבט, אַז זײַן רעגירונג פֿירט אויס יאָ די פֿריִערדיקע אָפּמאַכן מיט דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, און אַז וועגן דער בויערײַ אין די ייִשובֿים איז נישט געווען קיין הסכּם. אין זײַן רעדע, האָט ער זיך אָבער פֿאָקוסירט אויף זײַן קריטיק קעגן דעם אַנומלטיקן נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן.

דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט האָט בעת זײַן רעדע צוגעגעבן, אַז זײַן רעגירונג וועט זיך אָפּזאָגן פֿון די אָפּמאַכן מיט ישׂראל אויף פֿרידלעכע און געזעצלעכע אופֿנים. אויב זײַן רעגירונג וועט זיך אָפּזאָגן צו קאָאָפּערירן מיט די ישׂראלדיקע זיכערהייט־כּוחות און וועט אָפּשאַפֿן איר קאָנטראָל אין די סאַמע געדיכט־באַוווינטע ראַיאָנען, קאָן אַזאַ טאַקטיק אַרויסרופֿן זייער אַ שטאַרקן פּאָליטישן עפֿעקט. אַבאַס האָט דערקלערט דער אינטערנאַציאָנאַלער אַסאַמבלעע, אַז ער איז פֿאַראינטערעסירט צו דערגרייכן שלום מיטן שכן פֿון זײַן לאַנד, מדינת־ישׂראל, געבנדיק דערבײַ צו פֿאַרשטיין, אַז ער שטיצט דעם פּלאַן צו שאַפֿן צוויי אומאָפּהענגיקע מלוכות, ישׂראל און פּאַלעסטינע.

אין זײַן אויפֿטריט, האָט אַבאַס צוגעזאָגט צו בעטן ווײַטער די וועלט צו אַָנערקענען זײַן לאַנד ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, נישט געקוקט אויף די טענות מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. ער האָט אויך באַשולדיקט נתניהוס רעגירונג אינעם שטיצן די רעכטע עקסטרעמיסטן, וועלכע פּרוּוון איבערצונעמען דעם הר־הבית, וואָס געפֿינט זיך איצט אונטערן מוסולמענישן קאָנטראָל און ווערט באַטראַכט ווי אַ וויכטיק הייליק אָרט אין דער איסלאַמישער רעליגיע. צוליב די סיכסוכים איבערן הר־הבית איז לעצטנס אין ישׂראל אויסגעבראָכן אַ כוואַליע גוואַלד־אינצידענטן.

ווען אַבאַס האָט פֿאַרענדיקט זײַן רעדע, האָט נתניהו אָנגערופֿן זײַנע ווערטער „ליגנס, וואָס שטיצן העצע און געזעצלאָזיקייט אויפֿן מיטל־מיזרח‟. אַזוי צי אַזוי, האָט די „יו־ען‟ הײַיאָר צום ערשטן אַרויסגעהאָנגען די פּאַלעסטינער פֿאָן בעת דער גענעראַל־אַסאַמבלעע.