ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published October 07, 2015, issue of October 30, 2015.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

שׂימחת־תּורה — אַ באַזונדערער יום־טובֿ פֿאַר סאָוועטישע ייִדן

שׂימחת־תּורה איז אין מאָסקווע געפּראַוועט געוואָרן אויף אַ ברייטן פֿוס, און ניט נאָר, ווײַל שׂימחת־תּורה איז בײַ די ליטווישע ייִדן (די גרויסע כאָר־שיל אין מאָסקווע איז דווקא אַ ליטוואַקישע) דער וויכטיקסטער יום־טובֿ, וואָס איז פֿריילעכער, לוסטיקער און שיכּורער ווי פּורים, נאָר אויך צוליב דער באַזונדערער געשיכטע פֿון שׂימחת־תּורה אין רוסלאַנד. אין די סאָוועטישע צײַטן, פֿון 1960ער יאָרן אָן, איז שימחת־תּורה געוואָרן אַ טאָג פֿון ייִדישקייט, אַ טאָג ווען די ייִדן פֿלעגן זיך צונויפֿקלײַבן לעבן די שילן, זינגען און טאַנצן, ניט געקוקט אויף אַלע פֿאַרבאָטן. מיט דער צײַט איז שׂימחת־תּורה געוואָרן אַ טאָג פֿון ייִדישן קאַמף פֿאַר זייערע רעכט אַרויסצופֿאָרן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און עולה זײַן קיין מדינת־ישׂראל.

אין אַלע שילן פֿון מאָסקווע זענען פֿאָרגעקומען די לעצטע סעודות אין סוכּות און שׂימחות אין די שילן. מע האָט געטראָגן די הקפֿות, געטאַנצט מיט אַ צענדליק ספֿר־תּורות, דורכגעפֿירט פּראָגראַמען פֿאַר קינדער.

לעקציע: „רוסלענדישע ייִדן אין דער צײַט פֿון פּערעסטראָיקע‟

אין דער נײַסטער געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד האָט מען דערמאָנט ערבֿ־שמיני־עצרת אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי. דאָרטן איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע, „רוסלענדישע ייִדן אין דער צײַט פֿון פּערעסטראָיקע‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן דעם אָנהייב פֿון דער גרויסער עליה, און וועגן דעם לעבן פֿון די געבליבענע אין רוסלאַנד. מע האָט באַטראַכט דאָס אויפֿשטעלן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און מדינת־ישׂראל, די באַפֿרײַונג פֿון אַסירי־ציון פֿון לאַגערן, דעם קאָנטעקסט פֿון דער סאָוועטישער אומאָפֿיציעלער פּרעסע — אי אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע פּובליקאַציעס, אי ייִדישע אויסגאַבעס; די ערשטע ייִדישע וווילטעטיקע און קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס, געשאַפֿן סוף 1980ער יאָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זייער צונויפֿפֿאָר אין 1889, וואָס האָט צונויפֿגעקליבן איבער 200 אָרגאַניזאַציעס. געהאַלטן האָט דעם רעפֿעראַט דער היסטאָריקער אַלכּסנדר לאָקשין.