ווער עס זיצט הײַנט אויבן אָן

Who’s In Charge Today

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 09, 2015, issue of October 30, 2015.

מ’רעדט און מ’רעדט און מ’שושקעט זיך. ווי קומען צו אונדז אַזעלכע פּאַרשוינען און פּאַרשוינטעס איז די פֿראַגע. וועל איך אײַך אויסזאָגן אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. איך בין נישט פֿון די, וואָס באַשײַנען די פֿאַרוואַלטונגען פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס יאָרן נאָכאַנאַנד און טוען אויף קדחת מיט כּשרן פֿאָדעם. פֿאַרקערט, זיי שטערן די גאַנצע חד־גדיא פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און ווילן קיין האַנט נישט אַרײַנטאָן אין קאַלט וואַסער לגבי דעם המשך פֿון אונדזער לשון און קולטור.

טראַכטנדיק וועגן דעם, קומט מיר אין זינען די שארית־הפּליטה, וואָס איז אָנגעקומען קיין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה, ווען מ’האָט די מענטשן באַזעצט אין די „די־פּי‟־לאַגערן אין דער אַמעריקאַנער זאָנע. אונדזער לאַגער „הינדענבורג קאַסערנע‟ אין אולם, איז פֿריִער געווען באַזעצט מיט אוקראַיִנער, וואָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין פּלען צו די דײַטשן און דעזערטירער, וועלכע האָבן געוועלטיקט איבערן לאַגער, וואָס מען האָט אַסיגנירט פֿאַר די ייִדישע פּליטים. די אוקראַיִנער האָבן דערווײַל פֿאַרנומען די וויכטיקסטע פּאָזיציעס, געזעסן אינעם דירעקטאָרן־ראַט און אויסגעטיילט קיצבֿות זייער עולם, אַנטלאָפֿענע פֿון מיליטערישן דינסט אָדער פֿונעם רוס, אָדער פֿון די דײַטשן. אָבער ווי מיר ווייסן — מיט ייִדן הייבט מען נישט אָן, ספּעציעל נאָכן חורבן.

קודם האָט מען אויסגערייניקט דעם לאַגער פֿון די אוקראַיִנער, און אַרײַנגעבראַכט אַ מחנה ייִדישע פּליטים. האָבן די אוקראַיִנער אויף די הויכע שטעלעס נישט צוגעלאָזט די ייִדן צו זעלבסט־פֿאַרוואַלטונג. דאָ האָט זיך אָנגעהויבן דער אמתער סקאַנדאַל. די ייִדן האָבן אָרגאַניזירט אַ הונגער־שטרײַק און געלאָזט וויסן די הויכע פֿענצטער פֿון דער „אונרראַ‟ (United Nations Relief And Rehabilitation Administration), אַז מען וועט נישט טאָלערירן די אייבערהאַנט פֿון אונדזערע נעכטיקע שׂונאים און רוצחים. דערווײַל האָט זיך „אונרראַ‟ געמאַכט נישט וויסנדיק, אָבער נישט בײַ מאָטיען. די ייִדן האָבן פּראָטעסטירט און געסטראַשעט, אַז מע וועט עס נישט פֿאַרשווײַגן פֿאַר דער וועלט — גענוג מיט די פֿרישע אַכזריות. „אונרראַ‟ האָט באַלד נאָכגעגעבן, מ’איז פּטור געוואָרן פֿון די אוקראַיִנער און זיך געשטעלט אויף די אייגענע פֿיס.

וועט איר דאָך פֿרעגן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט די מעשׂה מיט מײַן הײַנטיקער טעמע? וועל איך עס צעלייגן אויף קליינע טעלערלעך. מיר געפֿינען זיך געפּענטעט הײַנט צו טאָג פֿון דער אינוואַזיע פֿון פּאַרשוינען און פּאַרשוינטעס, וואָס האָבן איבערגענומען די ייִדישע שליטה איבער אונדזערע ייִדיש־ייִדישע און אַפֿילו „דזשויִשע‟ אָרגאַניזאַציעס. זיי זיצן אויפֿן טראָן און מאַכן אַ תּל פֿון אונדזערע ייִדישע גיטער. הײַנט איז שוין קיינער נישט פֿאַרבליבן פֿעיִק צו אָרגאַניזירן אַ הונגער־שטרײַק, בפֿרט צוליב ייִדיש.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.