אוקראַיִנע בײַט איר מאַפּע

Ukraine is Changing The Map

„דער אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלן זכּרון‟
„דער אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלן זכּרון‟

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 11, 2015, issue of October 30, 2015.

אין משך פֿון דעם פֿערטל יאָרהונדערט, וואָס איך וווין אין אָקספֿאָרד, האָט מען דאָרטן, דאַכט זיך, ניט געביטן די נעמען פֿון קיין געסל. דאָס מיינט ניט, אַז עס האָבן זיך ניט באָוויזן נײַע גאַסן; אונדזער הויז, למשל, געפֿינט זיך אויף איינער פֿון זיי, אָבער די פֿריִערדיקע נעמען טשעפּעט מען ניט. און אַזאַ סטאַבילקייט פֿון דער שטאָט־טאָפּאָנימיק געפֿעלט מיר — עס שאַפֿט זיך אַ געפֿיל פֿון אַ שטאַרקן און סטאַבילן יסוד, די ערד שאָקלט זיך ניט אונטער די פֿיס.

גאָר אַנדערש פֿיל איך זיך יעדעס מאָל, ווען איך קום קיין מאָסקווע. אין משך פֿון די זעלביקע יאָרן האָט זיך דאָרטן אַלץ געשטעלט קאַפּויער: אויפֿן אָרט פֿון די נעמען, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרקריצט אין מײַן זכּרון, האָט מען צוגעטשעפּעט אָדער אַלטע, פֿון מלך סאָבעצקיס צײַטן, נעמען, אָדער מע האָט צוגעטראַכט אין גאַנצן נײַע צונעמענישן. גיי איך אָפֿט מאָל אַרום ווי אַ פֿרעמדער, אַ פֿאַרלוירענער איבער דער שטאָט, וועלכע איך האָב אַ מאָל זייער גוט געקענט.

איצט וועט אַזוי אויסטערליש, אַ פּנים, אויסזען די מאַפּע פֿון אוקראַיִנע, וווּ מע וויל וואָס גיכער אָפּווישן אַלע סימנים פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. ס’איז באַוווּסט, אַז די רוסישע אַגרעסיע און די אייגענע אומבאַהאָלפֿנקייט (און די געוואַלדיקע קאָרופּציע) האָבן ממש רויִנירט די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד. הונדערטער טויזנטער אוקראַיִנער זײַנען געוואָרן פּליטים אין די גרענעצן פֿון דער אייגענער מדינה, און עפּעס אַ מיליאָן לײַט זײַנען אַריבער אין רוסלאַנד.

מיר זײַנען ניט צוטריטלעך קיין ציפֿערן פֿון עמיגראַציע קיין אַנדערע לענדער, ישׁראל בתוכם, וווּהין ניט נאָר די ייִדן זײַנען געקומען. אָבער מע זעט איצט אוקראַיִנער, אַרײַנגערעכנט די נײַ־אָנגעקומענע, אין אַ סך לענדער. די יונגע פֿרוי נאַדיאַ, צו וועלכער איך גיי זיך אונטערשערן אין ברײַטאָן־ביטש, האָט מיר דערציילט וועגן איר אַנומלטיקער רײַזע אין איר היים־דאָרף אין מערבֿ־אוקראַיִנע. זי איז דאָרטן ניט געווען בערך דרײַ יאָר, און דעם שטאַרקסטן אײַנדרוק האָט אויף איר געמאַכט די פּוסטקייט, וואָס זי האָט דאָרטן דערזען. זייער אַ סך מענטשן האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, בפֿרט יונגע מענער, וועלכע ווילן ניט דינען אין דער אַרמיי.

לויט די פּראָגנאָזן, דערוואַרט מען ניט קיין ממשותדיקע פֿאַרבעסערונג פֿון דעם עקאָנאָמישן מצבֿ. וואָס זשע דאַרף מען דרינגלעך טאָן אין אַזאַ לאַגע? ריכטיק… מע דאַרף בײַטן די נעמען פֿון שטעט און גאַסן. די טעג האָט „דער אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלן זכּרון‟, וואָס באַזירט זיך אין קיִעוו, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רשימה פֿון 520 נעמען, וועלכע מוזן איינס און צוויי, ביזן 21סטן נאָוועמבער (!), פֿאַרשווינדן פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנישער טאָפּאָנימיק (www.memory.gov.ua/publication/spisok-osib-yaki-pidpadayut-pid-zakon-pro-dekomunizatsiyu). צווישן די אָביעקטן, וואָס מע דאַרף פֿון ס‘נײַ אָנרופֿן, זײַנען דאָ אויך גרויסע שטעט, קודם־כּל, דניפּראָפּעטראָווסק און קיראָוואָגראַד. די צרה פֿון די שטעט באַשטייט אין דעם, וואָס אי פּעטראָווסקי אי קיראָוו זײַנען, נעבעך, געווען באָלשעוויקעס.

האָב איך זיך ניט געפֿוילט און דורכגעקוקט די דאָזיקע רשימה. אַ סבֿרא, אַז עמעצער האָט דורכגעפֿירט אַ ריזיקע אַרבעט, ווײַל אַ חוץ אַזעלכע לײַט ווי לענין, דזשערזשינסקי און אַנדערע פֿירנדיקע באָלשעוויקעס, געפֿינט מען אויף דער ליסטע מענטשן, וועלכע זײַנען געווען באַקאַנט נאָר אין עפּעס אַ שטאָט. למשל, אַ פּאָר ייִדישע שוועסטער, פּעפּאַ און בראָניע סלאָמניצקי (די היסטאָריקער פֿונעם אינסטיטוט האָבן זיי אָנגערופֿן „סאָלאָמניסקי‟ און פֿאַרגעסן וועגן דער דריטער שוועסטער, ראָזע), וועלכע האָבן געבראַכט די באָלשעוויסטישע אידעען אין בערדיטשעוו. פּעפּאַ און בראָניע (ראָזע איז אין דער צײַט געווען אַוועקגעפֿאָרן פֿון דער שטאָט) זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן און דערהרגעט געוואָרן. איצט מוז פֿאַרשווינדן די גאַס, וואָס טראָגט זייער נאָמען. וואָס פֿאַר אַ נאָמען וועט זי באַקומען? פֿון פּעטליורע, וואָס זײַנע זעלנער האָבן געקוילעט די שוועסטער?

עס שטערט די היסטאָריקער פֿון „זכּרון־אינסטיטוט‟ אויך די שפּאַנישע קאָמוניסטקע דאָלאָרעס איבאַרורי, וועלכע האָט בכלל קיין שום שײַכות צו אוקראַיִנע ניט געהאַט, און אירע ווערטער, no pasaran, זײַנען געווען געצילט קעגן פֿאַשיסטן, ניט די אוקראַיִנער. אָבער די היטער פֿון דעם „זכּרון‟ האָבן זי אַרײַנגעשטעלט אין דער רשימה, צוזאַמען מיט אַנדערע אויסלענדישע קאָמוניסטן, למשל, מאָריס טאָרעז און פּאַלמיראָ טאָליאַטי. גאַסן, וואָס טראָגן די נעמען פֿון איבאַרורי און טאָרעז, זײַנען דאָ אין שפּאַניע און פֿראַנקרײַך, אָבער אין אוקראַיִנע שטערן זיי אַזוי דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿונעם לאַנד, אַז מען דאַרף פֿון זיי וואָס גיכער פּטור ווערן. פּונקט אַזוי איז פּסול געוואָרן ראָזע לוקסעמבורג און, פֿאַרשטייט זיך, קאַרל מאַרקס.

זײַנען דאָ אין דער רשימה אויך אַנדערע נעמען, וואָס חידושן מיך; צווישן זיי אויך ייִדישע. און בכלל זעט עס אַלץ אויס ווי אַ נאַרישקייט, וועלכע וועט טײַער אָפּקאָסטן דער עקאָנאָמיע. און ניט נאָר דער עקאָנאָמיע. אַזעלכע זאַכן וואָלט מען געקענט טאָן רויִק, ניט אומבאַדינגט צום 21סטן נאָוועמבער, און ניט אַלץ מיט אַ מאָל.