קינאָ־פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע פֿילמען

Yiddish Film Festival at Yale


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 11, 2015, issue of October 30, 2015.

ס׳איז הײַנט אַ זעלטענע זאַך, אַז מע זאָל ווײַזן אַ ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם אויף אַ קינאָ־פֿעסטיוואַל, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז מע זאָל ווידמען אַ גאַנצן פֿעסטיוואַל לטובֿת אַלטע ייִדישע פֿילמען. אין „יעיל‟־אוניוועסיטעט וועט מען אָבער אין גיכן לאַנצירן אַ פֿעסטיוואַל, אויף וועלכן מע וועט ווײַזן פֿיר קלאַסישע ייִדישע פֿילמען און אַרומרעדן זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט, און קולטורעלן באַטײַט.

„מיר האָבן דורכגעקוקט אַלע ייִדישע פֿילמען, וואָס מיר האָבן נאָר געקענט קריגן און פּרובירט אויסצוקלײַבן נאָר די פֿילמען, וואָס זענען געווען די סאַמע נאָוואַטאָרישע אָדער שפּילעוודיקע‟, האָט דערקלערט מאַשע שפּאָלבערג, אַ גראַדויִר־סטודענטקע פֿון פֿילם־שטודיעס און פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור אין „יעיל‟ אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟. „די הויפּט־טעמע, וואָס שנײַדט דורך די אַלע פֿילמען איז, ווי אַזוי עס בײַטן זיך די דורות — קינדער דערווײַטערן זיך פֿון דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער וועלט פֿון זייערע עלטערן און ציִען זיך אַרײַן אין אַ מער מאָדערנער, סעקולערער און קאָסמאָפּאָליטאַנישער וועלט. די פֿילמען האָבן צו טאָן מיטן ווייטיק, וואָס גייט באַנאַנד מיט אַזאַ איבערגאַנג, און די טיפֿע געפֿילן פֿון פֿאַרלוסט, וואָס באַגלייטן אַזאַ בײַט‟, האָט שפּאָלבערג ווײַטער דערקלערט.

זעלדאַ ראָלאַנד, וואָס אָרגאַניזירט דעם פֿעסטיוואַל צוזאַמען מיט מאַשע שפּאָלבערג און יעל מאַטאַלאָן, אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, האָט דערקלערט אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟, אַז מע האָט אויסגעזוכט פֿילמען, וואָס באַהאַנדלען דעם כּוח פֿונעם קול און זינגען, און שפּיגלען גוט אָפּ ווי אַזוי די רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן האָבן באַוויזן דעם קאָנפֿליקט צווישן די דורות.

מאַשע שפּאָלבערג האָט ווײַטער דערקלערט אין איר בריוו, אַז „די ייִדישע פֿילמען זענען ניט גענוג ברייט באַוווּסט הײַנט און ווערן אָפֿט אָפּגעלאָזט צוליב דעם, וואָס זיי האָבן צו פֿיל מעלאָדראַמע. ס׳איז אָבער אַ רײַכע טראַדיציע, וואָס פֿאָדערט אונדז ווידער צו באַטראַכטן דעם איבערגאַנג פֿון פֿרומקייט צו וועלטלעכקייט, פֿון פּראָוויציאָנעלקייט צו מאָדערנישקייט און פֿון דער פּריוואַטער ספֿערע ביז דער עפֿנטלעכקייט‟.

וועגן אַזעלכע טעמעס וועט רעדן דער פֿילם־קריטיקער דזשים האָבערמאַן, וואָס איז, לויט מאַשע שפּאָלבערג, דער „הויפּט־אויטאָריטעט‟ פֿון ייִדיש־שפּראַכלעכע פֿילמען. „ס׳איז אונדז אַ כּבֿוד, אַז ער וועט קומען אויפֿן פֿעסטיוואַל‟, האָט שפּאָלבערג געזאָגט. „געוויינטלעך, רעדט דער הויפּט־רעדנער בײַם אָנהייב פֿון אַ פֿעסטיוואַל אָדער קאָנפֿערענץ. מיר האָבן אָבער באַשלאָסן, אַז עס וואָלט געווען בעסער, אַז דזשים וועט רעדן צום סוף פֿונעם פֿעסטיוואַל, כּדי אַלע זאָלן זען די פֿילמען פֿאַר דעם וואָס ער רעדט. אַזוי אַרום וועט מען קענען האָבן אַ מער פּראָדוקטיווע דיסקוסיע מיט אים‟.

די פֿילמען, וואָס מע וועט ווײַזן אויפֿן פֿעסטיוואַל זענען „דעם חזנס זונדל‟ מיט משה אוישער (1937), „טבֿע דער מילכיקער‟ מיט מאָריס שוואַרץ (1939), „מאַמעלע‟ מיט מאַלי פּיקאָן (1937) און „בר־מצווה‟ מיט באָריס טאָמאַשעווסקי. דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען דעם 17טן און 18טן אָקטאָבער.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.