ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published October 12, 2015, issue of October 30, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די לאָקאַלע ייִדישע אָנפֿירערשאַפֿט טאַדלט דעם טעראָר־אָנפֿאַל אין סידנעי

די לאָקאַלע ייִדישע אָנפֿירערשאַפֿט האָט געטאַדלט דעם אָנפֿאַל אױפֿן פּאָליצײ־אַמט אין פּאַראַמאַטאַ, סידנעי, פֿרײַטיק דעם ערשטן אָקטאָבער, װען אַ 15־יעריקער בחור פֿון מוסולמענישן אָפּשטאַם האָט דערשאָסן אַ בוכהאַלטער, װאָס אַרבעט אין דער פּאָליצײ. די פּאָליצײ האָט דעם בחור דערנאָך דערשאָסן. זינט דעמאָלט זענען אַרעסטירט געוואָרן נאָך זעקס מוסולמענישע יוגנטלעכע, װעמען זײ באַשולדיקן אין דעם נעמען אָנטײל אין אַ סידנעיער טעראָר־גרופּע.

דער נײַער פּרעמיער־מיניסטער פֿון לאַנד, מעלקאָלם טערנבול, האָט באַצײכנט דעם מאָרד װי טעראָריזם. דערצו האָט ער גערופֿן אַלע אױסטראַליער נישט צו באַשולדיקן די גאַנצע לאָקאַלע מוסולמענישע באַפֿעלקערונג אינעם שפּילן אַ ראָלע אין דער ראַדיקאַליזאַציע פֿון אַ קלײנער מינדערהײט אירער. פֿאָרשטײער פֿון אױסטראַלישע ייִדישע דאַך־אָרגאָניזאַציעס האָבן געלױבט די פּאָליצײ. אַ טײל פֿון זײ האָט דערצו גערופֿן גאַנץ אױסטראַליע צו האָבן בטחון אין אױסטראַליעס טראַדיציע פֿון מולטי־קולטוראַליזם און קעגנזײַטיקן דרך־ארץ.

„הבונים‟ פֿײַערט 75 יאָר

די ייִדישע יוגנט־גרופּע „הבונים‟ האָט געמאָלדן, אַז זי גרײט צו אַ קהילה-טאָג פֿאַר געװעזענע מיטגלידער צו פֿײַערן 75 יאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע אין אױסטראַליע אין איר מעלבורנער לאָקאַל. זײ בעטן, אַז אַלע אָנטײלנעמער זאָלן מיטברענגען אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס און מונדירן.

לערער פֿון מעלבורנער ייִדישער טאָגשול באַערט פֿון דער אױסטראַלישער פֿוסבאָל־ליגע

צװײ לערער פֿונעם „שלום־עליכם קאָלעדזש‟ אין מעלבורן זײַנען באַערט געװאָרן פֿון דער אױסטראַלישער פֿוסבאַל־ליגע.

די לערערין פֿון ייִדישער שפּראַך און ייִדישע שטודיעס, רײזל זילבערמאַן, איז באַערט געװאָרן װי דער בעסטער פֿאָרשטײער פֿון דער ליגע, װאָס באַקענט עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס מיטן אױסטראַלישן סטיל פֿון שפּילן פֿוסבאָל אינעם דרום־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מעלבורן. זי אָרגאַניזירט אַ פֿוסבאַל־קאַרנאַװאַל פֿאַר די פֿאָלקשול־תּלמידות פֿון ס’רובֿ מעלבורנער ייִדישע טאָגשולן, װאָס װעט פֿאָרקומען צום ערשטן מאָל אין 2016.

דער לערער פֿון אַלגעמײנע שטודיעס, דזשאָעל האָלפּערין, איז באַערט געװאָרן פֿאַר זײַן אַרבעט מיט די תּלמידים און תּלמידות פֿון דער פֿאָלקשול און פֿאַר דערמוטיקן די קינדער אױסצוּװײלן געזונטע ברירות.

פּראָפֿ׳ דײװיד נ. מײַערס
פּראָפֿ׳ דײװיד נ. מײַערס

פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע — אַ גאַסט אין מעלבורן

פּראָפֿעסאָר דײװיד נ. מײַערס, אַ מיטגליד פֿון דער קאַטעדרע פֿון ייִדישער געשיכטע אױפֿן לאָס־אַנדזשעלעסער קאַמפּוס פֿונעם אוניװערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע, איז געקומען צו גאַסט קײן מעלבורן, װוּ ער װעט האַלטן דרײַ רעפֿעראַטן בײַם אױסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע בײַם מאָנאַש־אוניװערסיטעט. די טעמעס פֿון די רעפֿעראַטן זײַנען „די געשיכטע װי באַפֿרײַונג”, „די געשיכטע װי אַ טרײסט” און „די געשיכטע װי אַן עדות”.

ייִדישער אינטערנאַציאָנאַלער פֿילם־פֿעסטיװאַל אין אױסטראַליע

דער ייִדישער אינטערנאַציאָנאַלער פֿילם־פֿעסטיװאַל אין אױסטראַליע גרײט זיך צו זײַן פֿערטן יאָר אונטער דער דירעקציע פֿון עדי טאַמיר. העכער 60 פֿילמען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט װעלן געװיזן װערן אין מעלבורן, סידנעי, פּערט, בריזבען און אױך אין אָקלענד, נײַ-זעלאַנד. די פֿילמען קומען פֿון מדינת־ישׂראל, אױסטראַליע, ענגלאַנד, בעלגיע, קאַנאַדע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, אונגאַרן, דרום־אַפֿריקע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דער פֿעסטיװאַל, װאָס װײַזט סײַ דאָקומענטאַרן, סײַ דערצײלערישע פֿילמען אין פֿיל שפּראַכן מיט ענגלישע אונטער-טיטלען, װעט פֿאָרקומען אין חודש נאָװעמבער הײַיאָר.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.