רוסלאַנד זוכט זיך אָפּ אַ נײַע צאַצקע

Russia Has Found a New Toy

אַרום 100 מענטשן שרײַען לאָזונגען קעגן רוסלאַנדס באָמבאַרדירונג פֿון סיריע בעת אַ פּראָטעסט, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿרײַטיק דעם 9טן אָקטאָבער, פֿאָרנט פֿון דער רוסישער אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן
Getty Images
אַרום 100 מענטשן שרײַען לאָזונגען קעגן רוסלאַנדס באָמבאַרדירונג פֿון סיריע בעת אַ פּראָטעסט, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿרײַטיק דעם 9טן אָקטאָבער, פֿאָרנט פֿון דער רוסישער אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן

פֿון שבֿע כּהן

Published October 13, 2015, issue of October 30, 2015.

די קאַלטע מלחמה איז צוריקגעקומען אין מיטל-מיזרח, און די ייִדן האָבן גוטע סיבות צו זײַן פֿאַרזאָרגט. פֿון איין זײַט, גאַרטלען זיך אײַן רוסלאַנד, סיריע, איראַק און איראַן; פֿון דער צווייטער — שטעלט זיך די אָפּגעשוואַכטע פֿאַראייניקטע שטאַטן, די סוניטישע מדינות און אין אַ געוויסן זין אויך — מדינת-ישׂראל.

אין יענע נאָך גאָר נישט ווײַטע יאָרן פֿלעגט מען רופֿן דעם אָנגייענדיקן קאָנפֿליקט צווישן אַמעריקע און ראַטן-פֿאַרבאַנד „די קאַלטע מלחמה‟; נאָר רופֿן די קאַלטע מלחמה „קאַלט‟, איז געווען מער אַ וויץ. ס׳איז טאַקע אמת, אַז אַמעריקע און ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן זיך נישט געטראָפֿן מיט פֿלייש און ביין אויפֿן שלאַכטפֿעלד, אָבער די צוויי גרויסע מאַכטן האָבן זיך נישט געשעמט אָפֿן זיך אַרײַנצומישן אין קריגערײַען אַרום דער וועלט. דאַכט זיך, קליינטשיקע, זײַטיקע קאָנפֿליקטן אין מיטעלן מיזרח זײַנען איבערגעוואַקסן געוואָרן אין בלוטיקע מלחמות, צווישן זיי — די זעקס-טאָגיקע־מלחמה און די יום-כּיפּור־מלחמה. און ווי וואָלטן די קליינע מדינות געקענט זיך אָפּזאָגן פֿון העלפֿן זיי, מצד די גרויסע מאַכטן? גענוג געווען, אַז סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זאָל שטיצן אײַערס אַ שׂונא, האָט מען געמוזט זיך דערנענטערן צו אַמעריקע.

אין דער הײַנטיקער „קאַלטער מלחמה‟ געפֿינט זיך מדינת-ישׂראל, אין דער זעלבער צײַט, סײַ אין אַ שוואַכערער און סײַ אין אַ שטאַרקערער פּאָזיציע, ווי אין דער פֿריִערדיקער „קאַלטער מלחמה‟. איר מיליטער איז געוואָרן ווייניקער אָפּהענגיק פֿון דער מערבֿ-וועלט; זי האָט דאָס מאָדערנסטע געווער, און נייטיקט זיך נישט אינעם קויפֿן די „אַלטע שקראַבעס‟ פֿון אַנדערע מדינות. אָבער חוץ דעם, איז אַלץ געוואָרן ערגער: רוסלאַנד איז נאָך אַ מאָל אַרײַנגעמישט געוואָרן אויף דער זײַט פֿון ישׂראלס שׂונאים, אָבער אַמעריקע נעמט זיך נישט אָן פֿאַר קיינעם נישט. די דראָונג קומט נישט אַרויס פֿון די נעבעכדיקע אומפּראָפֿעסיאָנעלע אַראַבישע אַרמייען, נאָר פֿון דער סאָפֿיסטיצירטער און דאָך, קאָנווענציאָנעלער טעכנאָלאָגיע פֿון איראַן, אַ ווײַטע מדינה. פֿריִער האָט ישׂראל געקענט קאָלאַבאָרירן מיט טערקײַ און איראַן קעגן די אַראַבער. הײַנט זײַנען טערקײַ און איראַן אירע בלוט-שׂונאים, און די אַראַבער ווילן בשום־אופֿן נישט קאָאָפּערירן אָפֿן מיט די ציוניסטן.

עס פֿרעגט זיך, צי דאַרף ישׂראל טאַקע מורא האָבן פֿאַר רוסלאַנד? מען זעט לויט די לעצטע זיצונגען צווישן נתניהו און פּוטין, און צווישן די העכסטע אָפֿיצירן פֿון ביידע מיליטערן, אַז רוסלאַנד וויל נישט פֿירן קיין מלחמה קעגן ישׂראל. נישט געקוקט אויף דעם, בלײַבט דער פֿאַקט, אַז רוסלאַנד שטיצט ישׂראַלס גרעסטע שׂונאים צוליב אירע אייגענע אינטערעסן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.