‫חורבן־אײראָפּע, חורבן־סיריע און די פּליטים־פּראָבלעם‬

The Holocaust, Syria, and the Refugee Crisis

פֿון איציק בלימאַן

Published October 14, 2015, issue of October 30, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דוד פֿרום שטעלט זיך אַנטקעגן דער טענדענץ אָפּצולערנען אַ משל פֿונעם חורבן: „עס זענען דאָ אַ סך אונטערשײדן צװישן די ייִדישע פּליטים נאָכן חורבן און די סירישע פּליטים, װאָס אַנטלױפֿן פֿון דער דאָרטיקער בירגערקריג… װאָס שײך די אַנטלאָפֿענע ייִדן האָט מען זיך װײניק געזאָרגט, אױב בכלל געזאָרגט, װעגן דעם, צי די פּליטים האָבן געהערט צו אַ טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע, צי זײ האָבן געגלײבט אין די ליבעראַלע, דעמאָקראַטישע אידעאַלן פֿון דער מערבֿ־װעלט, צי זײ האָבן עפּעס געקענט צוגעבן צו דער עקאָנאָמיע, צי זײ זענען אָנגעקומען מיט קינדער, װאָס האָבן זיך געקענט אָפּזונדערן פֿון דער געזעלשאַפֿט און ראַדיקאַליזירט װערן“. דעם אמת געזאָגט, איז חבֿר פֿרום דורכױס גערעכט, כאָטש ער טרײַבט איבער װי געפֿערלעך עס איז דער דורכשניטלעכער סירישער פּליט. ער איז אױך גערעכט, אַז די װעלט־געשיכטע איז פֿול מיט אַנדערע געשעענישן, מיט װעלכע מע קען בעסער פֿאַרגלײַכן דעם איצטיקן מצבֿ.

אָבער בײַם אָפּװאַרפֿן אין גאַנצן דעם חורבן־מעטאַפֿאָר פֿאַרמינערט חבֿר פֿרום די שרעקלעכע איבערלעבונגען, װאָס די סירישע פּליטים האָבן אױך מיטגעמאַכט. ער דערמאָנט, למשל, דעם פֿאַקט, אַז די צאָל תּלמידים אין אײראָפּע, װאָס פֿאַרענדיקן נישט די מיטלשול, איז צװײ מאָל אַזױ גרױס בײַ אימיגראַנטן װי בײַ די געבױרענע אײראָפּעער. אין די תּפֿיסות פֿון פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, בעלגיע און אַנדערע אײראָפּעיִשע לענדער זיצן פּראָפּאָרציאָנעל אַ סך מער אימיגראַנטן װי מע װאָלט געמײנט. יאָ, אָט די פֿאַקטן זענען װיכטיק, אַז מע װיל, מיט דער צײַט, אינטעגרירן די פּליטים אין דער געזעלשאַפֿט. מע דאַרף אָבער געדענקען, אַז דאָ גײט די רײד װעגן מענטשן װאָס לײַדן אין אײגענעם לאַנד, און די סטאַטיסטיק איז נישט קײן סיבה זײ אָפּצוזאָגן.

חבֿר פֿרום שטעלט אױך די רעטאָרישע פֿראַגע, צי די אימיגראַציע פֿון סיריער איז „גוט פֿאַר די ייִדן“. זײַן ענטפֿער איז, אַװדאי, נײן, אַז די „פֿריִערדיקע כװאַליעס אימיגראַנטן האָבן געשטעלט די ייִדישע באַפֿעלקערונגען פֿון אײראָפּע אין דער גרעסטער סכּנה זינט 1945“, און „די איצטיקע אימיגראַציע װעט נאָר פֿאַרשטאַרקן די סכּנה“. װי אַ ייִד האָב איך זיך ממש געשעמט בײַם לײענען אין אַ פּאָפּולערן אַמעריקאַנער זשורנאַל אַזאַ אױסדרוק פֿון ייִדישן עטנאָצענטריזם און שמאָלקעפּיקײט. װאָס מער מיר ייִדן װײַזן אַרױס מיטגעפֿיל צו די געליטענע פֿון אַנדערע פֿעלקער און נעמען אױף זיך דאָס אַחריות זײ צו העלפֿן, אַלץ שװאַכער װעט װערן דער אַנטיסעמיטיזם.