ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published October 13, 2015, issue of October 30, 2015.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּראַגע: אוניקאַלע ייִדישע מאָלערײַען אינעם שטאָטישן מוזיי

דער מוזיי פֿון דער שטאָט וואַרשע האָט אַ צווײַג אין פּראַגע. פּראַגע, זײַט וויסן, ליגט אויף דער צווייטער זײַט פֿון דער ווײַסל. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער צענטער האַלט זיך פֿאַר חשובֿער און מער וויכטיקער ווי פּראַגע. מען קען פֿאַרגלײַכן וואַרשע צו ניו־יאָרק, וווּ מאַנהעטן האַלט זיך פֿאַר מער בכּבֿודיקער ווי ברוקלין, למשל.

ווי סע זאָל נישט זײַן, דער מוזיי פֿון פּראַגע וויל ווײַזן, אַז פּראַגע שפּילט אויך אַ ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט. אָן ייִדן גייט עס נישט. די ייִדן האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אויף ביידע ברעגן פֿון דער ווײַסל. דער פֿלייש-האַנדל אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט, למשל, האָט זיך קאָנצענטרירט אין פּראַגע און זיך טאַקע געפֿינען אין די ייִדישע הענט.

צום באַדויערן, אָבער, חוץ אַ פּאָר אַנטיסעמיטישע ליטאָגראַפֿיעס פֿון 19טן יאָרהונדערט, וואָס באַשרײַבן ווי ייִדן מיט קרומע נעז נאַרן אָפּ אומשולדיקע פּאָליאַקן, האָט נישט די אויסשטעלונג פֿונעם פּראַגער מוזיי קיין שום אַנדערע אָביעקטן וועגן דער געשיכטע פֿון די דאָרטיקע ייִדן.

נאָר וואָס זשע? דער מוזיי האָט אַ הויף. אויף דער צווייטער זײַט פֿונעם הויף שטייט אַ קליינער בנין. ווײַזט זיך אַרויס, אַז אָט דער בנין איז אויך אַ טייל פֿונעם מוזיי. ווער סע פֿוילט זיך נישט און גייט אַרײַן אין אָט דעם קלענערן בנין, זעט טשיקאַווע מאָלערײַען אויף די ווענט. הכּלל, אינעם צווייטן בנין געפֿינט זיך אַ שטיבל, וווּ די ייִדן פֿון דער סבֿיבֿה האָבן געדאַוונט.

סע גייט נישט קיין רייד וועגן אַ רעקאָנסטרוקציע, נאָר וועגן אַן אויטענטיש פֿאַרמלחמהדיק שטיבל. אַ גרויסע זעלטנהײט אין הײַנטיקער וואַרשע. די מאָלערײַען שילדערן די צוועלף מזלות. פּראַגע איז דער איינציקער טייל פֿון וואַרשע, וואָס איז נישט חרובֿ געוואָרן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה מסתּמא צוליב דעם, ווײַל ווען דער פּוילישער אויפֿשטאַנד קעגן די דײַטשן האָט אויסגעבראָכן, איז פּראַגע שוין געווען אין רוסישע הענט.

צוריק צום שטיבל. דער מוזיי האָט דאָרט לעצטנס צוגעגעבן טעקסטן, וואָס מען קען הערן מיט ספּעציעלע אויער־טרײַבלעך; טעקסטן, וואָס דערציילן די געשיכטע פֿון די פּראַגער ייִדן פֿאַר און בעתן צווייטן וועלט־קריג.

אַ שאָד, וואָס מען האָט נישט געזוכט קיין בילדער, וואָס זאָלן באַגלייטן דעם טעקסט (אויף פּויליש, עבֿרית און ייִדיש), וועלכער ווערט געלייענט פֿאַר די געציילטע באַזוכערס, וואָס באַמערקן אָט דעם באַהאַלטענעם טייל פֿונעם מוזיי.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.