„שין־בית‟־פֿירער קריטיקירן דעם בלאָקאַדע־פּלאַן

Shin Bet Experts Criticize Blockade Plan

די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן בלאָקירן דעם פּאַלעסטינער קוואַרטאַל ראַס־אַל־אַמוד אין מיזרח־ירושלים
Getty Images
די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן בלאָקירן דעם פּאַלעסטינער קוואַרטאַל ראַס־אַל־אַמוד אין מיזרח־ירושלים

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 15, 2015, issue of October 30, 2015.

אַ צאָל הויכראַנגיקע פֿאָרשטייער פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי און זיכערהייט־דינסט „שין־בית‟ האָבן אין אַ שמועס מיטן צווייטן ישׂראלדיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל באַטאָנט, אַז דער רעגירונג־פּלאַן צו בלאָקירן דעם מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון ירושלים וועט נישט העלפֿן צו סטאַביליזירן דעם מצבֿ אין דער שטאָט.

אַריה עמית, דער געוועזענער שעף פֿון דער ירושלימער פּאָליציי, האָט באַמערקט, אַז די פּאָליציי האָט שוין דאָס רעכט צו קאָנטראָליקן די באַוועגונגען פֿון מענטשן אין דער שטאָט. אויב די רעגירונג וועט אײַנפֿירן אַ פּאָליציי־שעה און אַן עכטע בלאָקאַדע, וועט עס גורם זײַן בלויז דעם פֿאַרקערטן עפֿעקט; דער מצבֿ וועט ווערן אומרויִקער און די פּאַלעסטינער וועלן אָנהייבן אַ גאַנצע מרידה. דערפֿאַר, טענהט עמית, איז דער צוזאָג מצד דער רעגירונג „אָפּצושנײַדן‟ מיזרח־ירושלים בלויז פּוסטע ווערטער.

ישׂראל חסון, דער געוועזענער וויצע־שעף פֿון „שין־בית‟, האָט אויך באַמערקט, אַז אַנשטאָט אָנצונעמען קאָנקרעטע באַשלוסן, האָט דער רעגירונג־קאַבינעט איבערגעחזרט די מאָסמיטלען, וואָס זענען שוין אײַנגעפֿירט. חסון האָט צוגעגעבן, אַז טעאָרעטיש וואָלט מען געקאָנט אָפּשנײַדן דעם מיזרחדיקן טייל פֿון ירושלים. דאָס וואָלט אָבער געפֿאָדערט אַ סך רעסורסן און נישט געלייזט די פּראָבלעם.

אַדרבה, דער געוועזענער פֿאַרוואַלטער פֿונעם זיכערהייט־דינסט האָט געזאָגט, אַז די קאָלעקטיווע שטראָף פֿון אַ גאַנצן ראַיאָן איז אומיושרדיק. דערצו, אויב אַפֿילו מע וואָלט געקאָנט פֿאַרווירקלעכן אַזאַ פּלאַן, וואָלט ירושלים פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין צוויי באַזונדערע שטעט. חסון האָט אויך באַמערקט, אַז אויב די פּאָליציי וועט אָנהייבן בלאָקירן דעם צוטריט צום מערבֿדיקן טייל פֿון ירושלים, צעשטערן די פּאַלעסטינער הײַזער און אָפּנעמען בײַ זיי די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט, קאָנען די געליטענע זיך ווענדן אין געריכט און טענהן, אַז אַזעלכע מאָסמיטלען זענען אומבאַרעכטיקט.

אַסף חפֿץ, דער געוועזענער קאָמאַנדיר פֿון די ספּעציעלע פּאָליציי־כּוחות, האָט געזאָגט, אַז די פּלענער קאָנען העלפֿן דעם איצטיקן מצבֿ, אָבער בלויז אויף אַ קורצער צײַט. אַלע דרײַ פּאָליציי־ און זיכערהייט־פֿירער האָבן מסכּים געווען, אַז, קודם־כּל, מוזן מען אָפּשטעלן די כוואַליע פֿון שׂינאה און העצע אין דער אַראַבישער פּרעסע און אין די סאָציאַלע נעצן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.