„די בלאָנדזשענדע שטערן‟ אויף דער רוסישער סצענע

Russian Wandering Starts

אַ סצענע פֿונעם מוזיקל „די בלאָנדזשענדע שטערן‟
Courtesy of afisha.ru
אַ סצענע פֿונעם מוזיקל „די בלאָנדזשענדע שטערן‟

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 18, 2015, issue of November 13, 2015.

דעם 15טן אָקטאָבער האָט דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער „שלום‟, וואָס שפּילט אויף רוסיש, אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿונעם טעאַטער „אײַווענגאָ‟ דעם מוזיקל „די בלאָנדזשענדע שטערן‟, אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס באַרימטן ראָמאַן. אַלע לידער האָבן די אַקטיאָרן געזונגען אַליין, זײַנעדיק אויך פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער. דעם 29סטן אָקטאָבער וועט די פֿאָרשטעלונג געוויזן ווערן צום צווייטן מאָל.

דער טעאַטער „שלום‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1988. די פּרעמיערע פֿונעם מוזיקל איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 2000; זינט דעמאָלט האָט דער טעאַטער פֿאַרבעסערט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿונעם ספּעקטאַקל. די מוזיק האָט געשאַפֿן דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר זשורבין, וועלכער וווינט טיילווײַז אין מאָסקווע, טיילווײַז אין ניו־יאָרק. דער דראַמאַטורג באָריס ראַצער האָט צוגעטראַכט אַן אייגענע סצענישע אינטערפּרעטאַציע פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן. בעל קאַופֿמאַן, דאָס אייניקל פֿונעם גרויסן ייִדישן קלאַסיקער, וועלכע איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק, האָט געשטיצט די אַרבעט איבערן מוזיקל און האָט עס הויך אָפּגעשאַצט. בעת דעם קיִעווער פֿעסטיוואַל פֿון שלום־עליכם האָט זי אַמאָל באַטאָנט, אַז „שלום‟ איז, לויט איר מיינונג, דער בעסטער ייִדישער טעאַטער אין דער וועלט.

די מאָסקווער טעאַטראַלישע פֿײַנשמעקער שאַצן הויך אָפּ די קוואַליטעט פֿון דער אַקטיאָרישע שפּיל, מוזיק און רעזשיסור. ס׳איז אָבער מאָדנע, אַז אין דער אָפֿיציעלער אינטערנעץ־אַפֿיש אויף דער וועבזײַט פֿונעם טעאַטער ווערט אַפֿילו נישט דעמאָנט, אַז שלום־עליכמס אָריגינעלער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אויף ייִדיש. „שלום‟ אָריענטירט זיך אויפֿן ברייטן רוסישן עולם און שפּילט, ווי געזאָגט, אויף רוסיש. מיכאל שאַמבאַדאַלס רוסישע איבערזעצונג פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן „די בלאָנדזשענדע שטערן‟ איז גוט באַקאַנט אין רוסלאַנד ווי אַ חנעוודיקער בײַשפּיל פֿון ייִדישער און וועלט־ליטעראַטור. אינעם יאָר 1991 איז אַרויס דער רוסישער פֿילם אויפֿן סמך פֿונעם ראָמאַן. אונדזער קאָלעגע יואל מאַטוועיעוו דערמאָנט זיך, אַז בעת דער פּרעמיערע אין פּעטערבורג איז דער קינאָ־טעאַטער געווען פֿול־געפּאַקט.

אויף דער וועבזײַט שטייט געשריבן, אַז שלום־עליכם איז „אַ שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם‟, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד, אָבער צוליב די פּאָגראָמען האָט ער געמוזט אַנטלויפֿן קיין אַמעריקע. די פּאָלטאַווער גובערניע געפֿינט זיך הײַנט אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע, אָבער מילא, אינעם יאָר 1859 איז עס טאַקע געווען אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אינעם פֿאַראַיאָריקן אַפֿיש אויף דער וועבזײַט פֿונעם טעאַטער ווערט אויך נישט דערמאָנט דאָס וואָרט „ייִדיש‟ אָדער „די ייִדישער שפּראַך‟. מע וואָלט געקאָנט זיך משער זײַן, אַז שלום־עליכמס אָרט אין דער וועלט־ליטעראַטור ווי אַ ייִדיש־קלאַסיקער איז אַ זעלבסט־פֿאַרשטענדלעכער פֿאַקט. אינעם אַפֿיש פֿונעם ספּעקטאַקל אויפֿן סמך פֿון יצחק באַשעוויסעס „שאָשע‟ ווערט יאָ דערמאָנט, אַז באַשעוויס האָט געשריבן אויף ייִדיש. פֿונדעסטוועגן, שאַפֿט זיך אַ מאָדנער אײַנדרוק; אַ זײַטיקער עם־הארצישער לייענער קאָן טראַכטן, אַז שלום־עליכם איז געווען אַ רוסישער צי גאָר אַן ענגלישער שרײַבער.

אַזוי צי אַזוי, איז די פֿאָרשטעלונג אַ געראָטענער מוסטער פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער טעאַטער־סצענע אין רוסלאַנד.