ווידעאָ — נטורי־קרתאניק קעגן געוועזענעם חסיד

Viral Video: Neturei Karta Member Vs. Former Hasid

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 16, 2015, issue of November 13, 2015.

די דרויסנדיקע ייִדן קענען באַקומען אַ פֿאַלשן אײַנדרוק, אַז אַלע חסידישע ייִדן זענען אײַנשטימיק מכּוח דער ישׂראל־פּאָליטיק. ס׳איז אמת, אַז אַחוץ די ליובאַוויטשער, זענען כּמעט אַלע חסידישע גרופּעס „אָפֿיציעל‟ אַנטי־ציוניסטיש געשטימט. זייער אַ סך יונגע חסידים, אַפֿילו פֿון די סאַטמאַרער קרײַזן, זענען אָבער אין דער אמתן שטאַרקע שטיצער פֿון מדינת־ישׂראל, סײַ ווי אַ פּאָליטישער געדאַנק בכלל, סײַ וואָס שייך דער אויפֿפֿירונג פֿון ישׂראלס רעגירונג.

אין דער זעלביקער צײַט בלײַבן נאָך אַלץ ניט ווייניק יונגע חסידישע ייִדן, וואָס האַלטן שטאַרק, ווי אַ רעליגיעזן פּרינציפּ, אַז דער אויפֿקום פֿון אַ ייִדישער מלוכה איז טריף־פּסול פֿאַרן קומען פֿונעם משיח, און דעריבער דאַרף מען פּראָטעסטירן קעגן מדינת־ישׂראל. די שטאַרקסטע אָנהענגער פֿון אַזאַ שיטה זענען די נטורי־קרתּאניקעס, וואָס זענען באַקאַנט פֿאַר זייערע כּסדרדיקע פּראָטעסטן קעגן דער ישׂראלדיקער רעגירונג.

לעצטנס, האָט מען אַרויסגעשטעלט אַן עפּיזאָד אויף „יו־טוב‟, וואָס ווײַזט אַ מאָדנעם אינצידענט, אין וועלכן צוויי יונגע ייִדיש־רעדערס, איינער אַ נתטורי־קרתּא חסיד און דער צווייטער, אַ פּנים, אַ געוועזענער חסיד, קריגן זיך צווישן זיך וועגן מדינת־ישׂראל אויף אַ געשמאַקן ייִדיש. בעת דער נטורי־קרתּאניק פּריידיקט זײַן אַנטי־ציוניזם אויף אַ ליטווישן ייִדיש, האַקט אים כּסדר איבער דער יונגער ייִד, וואָס רעדט אויף אַ פֿליסיקן אונגערישן ייִדיש. דער גאַנץ־ערנסטער נטורי־קרתּאניק פּרובירט ניט צו פֿאַרלירן דעם געדאַנקען־גאַנג, בעת דער געוועזענער חסיד טרײַבט קאַטאָוועס און מאַכט אים נאָך.

דער קאָנטראַסט צווישן די צוויי יונגע ייִדן — אַן ערנסטן טשודאַק מיט אַ וווילן לץ, דערמאָנט אַ ביסל אין די לאָדזשער קאָמיקער דזשיגאַן און שומאַכער; אָבער אין דער הײַנטיקער ייִדיש־רעדנדיקער חרידישער װעלט, הערט מען ניט קיין לאָדזשער ייִדיש, נאָר אַ ירושלמי־ליטווישן און אַן אונגערישן.