אינעם לאַנד פֿון ווערטערביכער

In the Land of Dictionaries

שמעון נויבערג און רפֿאל גאָלדוואַסער רעציטירן פֿון נח פּרילוצקיס „דאָס געוועט‟
שמעון נויבערג און רפֿאל גאָלדוואַסער רעציטירן פֿון נח פּרילוצקיס „דאָס געוועט‟

פֿון לייזער בורקאָ

Published October 20, 2015, issue of November 13, 2015.

ווען איך האָב מיט כּמעט צען יאָר צוריק זיך באַקענט מיט פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג, האָט ער מיר אַ סך דערציילט וועגן דער דײַטשער ייִדיש־סימפּאָזיע, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר, אָדער בײַ אים אין טרירער אוניווערסיטעט, אָדער בײַ פּראָפֿ׳ מאַריאָן אַפּטראָט אין דיסלדאָרפֿער אוניווערסיטעט. טריר און דיסלדאָרף פֿאַרמאָגן די צוויי ייִדיש־קאַטעדרעס אין דײַטשלאַנד, און צופֿעליק געפֿינען זיך יענע שטעט ניט ווײַט פֿון דער טעריטאָריע בײַם טײַך רײַן, וואָס ייִדן האָבן אין מיטל־עלטער גערופֿן לותּיר (לאָטער), וווּ מאַקס ווײַנרײַך האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע שפּראַך איז ערשט אויפֿגעקומען. עס געשיקט זיך, אַז ייִדיש האָט זיך אומגעקערט צוריק צום אָרט, וווּ די שפּראַך איז מיט טויזנט יאָר פֿריִער געבוירן געוואָרן.

נאָך אַ צען־יאָריקער פֿאַרשפּעטיקונג בין איך פֿון 12טן ביזן 14טן אָקטאָבער, סוף־כּל־סוף, בײַגעווען בײַ דער דאָזיקער 18טער סימפּאָזיע, וואָס איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען אין טריר. צום באַדויערן (אָדער צום גליק), האָב איך ניט צוגעגרייט קיין רעפֿעראַט, ווײַל איך האָב באַשלאָסן צו קומען מער־ווייניקער אין דער לעצטער מינוט. אַזוי האָב איך געהאַט דעם לוקסוס מיט אַ רויִקן קאָפּ זיך גוט צוצוהערן צו אַנדערע רעפֿעראַטן, און ניט געדאַרפֿט טראַכטן די גאַנצע צײַט, ווי געוויינטלעך, וועגן די מעגלעכע טעותן, וואָס איך וועל האָבן אין מײַן אייגענעם רעפֿעראַט.

די דײַטשע סימפּאָזיע איז אַנדערש פֿון די אַלע אַנדערע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אונדזערע, וואָס קומען פֿאָר אין אַמעריקע אָדער אין ישׂראל, למשל, מיט דעם, וואָס אַן ערך אַ העלפֿט פֿון די רעפֿעראַטן ווערן טאַקע געהאַלטן אויף ייִדיש. נויבערג און אַפּטראָט דערלאָזן רעפֿעראַטן בלויז אויף ייִדיש און דײַטש; ענגליש האָבן זיי אַרײַנגעלייגט אין חרם, ווײַל זיי ווייסן, אַז וויבאַלד מע לאָזט עס איבערטרעטן די שוועל, וועלן אַ סך פֿאָרשער זיך שעמען ווײַטער צו רעפֿערירן אויף מאַמע־לשון. די דאָזיקע ייִדישיסטישע פּאָליטיק האָט אויך חסרונות, פֿאַרשטייט זיך, ווײַל ס‘רובֿ פֿאָרשער קענען זיך ניט אויסדריקן אַזוי פֿרײַ אויף ייִדיש ווי אויף ענגליש. אָבער דאָס מאָל האָבן אַלע, בדרך־כּלל, גערעדט קלאָר און פֿאַרשטענדלעך, אַזוי אַז דאָס געווינס פֿאַר ייִדיש איז ניט געקומען אויפֿן חשבון פֿון אַן ערנסטער אינטעלעקטועלער דיסקוסיע.

דער אופֿן צו רעדן בײַ דער סימפּאָזיע שפּיגלט אָפּ אויף אַ טשיקאַוון אופֿן דעם פֿאַקטישן לינגוויסטישן מצבֿ פֿון ס׳רובֿ ייִדן אין מיטל־עלטער: ייִדיש און דײַטש זײַנען בײַ זיי געווען צוויי פּאָלוסן פֿון איין דיאַלעקט־קאָנטינוּום. זיי האָבן געקענט רעדן מער ייִדישלעך אָדער ווייניקער ייִדישלעך, געווענדט אין דעם, מיט וועמען זיי רעדן, און וועגן וואָס. פּונקט אַזוי האָבן איצט אַ סך באַטייליקטע אין דער סימפּאָזיע אַ מאָל גערעדט אַ ייִדיש־דײַטשמערישן דײַטש אָדער אַ דײַטש־ייִדישלעכן ייִדיש, אָדער אין מיטן זאַץ צונויפֿגעמישט די גראַמאַטישע פֿאָרמעס פֿון ביידע לשונות. די סימפּאָזיע טיילט זיך אויס פֿון אַנדערע קאָנפֿערענצן אויך מיט די וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס, מיט וועלכע די רעפֿערענטן פֿאַרנעמען זיך. ס׳איז טאַקע מאָדנע, ווי זעלטן די מאָדערנע ליטעראַטור איז דאָרט געקומען צו רייד. אַחוץ אַ פּאָר רעפֿעראַטן וועגן פּרץ און גראַדע, האָט מען גערעדט, דער עיקר, וועגן אַלט־ייִדישע שריפֿטן און וועגן לינגוויסטיק. ס׳איז אוממעגלעך זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ ייִדיש־קאָנפֿערענץ ערגעץ אַנדערש אויף דער וועלט זאָל אַרײַננעמען אַזוי פֿיל פֿאָרשונג פֿון דעם מין.