זינגט צוזאַמען אויף ייִדיש אין לאָנדאָן

Zingt! The People’s Yiddish Chorus

דער אַפֿיש פֿון דער לאָנדאָנער פּראָגראַם „זינגט!‟
דער אַפֿיש פֿון דער לאָנדאָנער פּראָגראַם „זינגט!‟

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 21, 2015, issue of November 13, 2015.

אין לאָנדאָן קומען איצט פֿאָר אַ ריי עפֿנטלעכע ייִדיש־אונטערנעמונגען, אָרגאַניזירט דורכן „ייִדישן מוזיק־אינסטיטוט‟ (JMI). די אָרגאַניזאַציע שטעלט דעם ציל צו באַקעמען אַלעמען, קליין און גרויס, ייִדן און נישט־ייִדן, מיט דער ייִדישער מוזיקאַלישער ירושה, כּדי זי אָפּצוהיטן און אַנטוויקלען ווײַטער. דער אינסטיטוט אַרבעט בשותּפֿות מיט דער „שול פֿאַר מיזרחדיקע און אַפֿריקאַנער שטודיעס‟ בײַם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. מיט דער הילף פֿון אָוונט־קלאַסן, זומער־פּראָגראַמען און דער ייִדישער מוזיקאַלישער ביבליאָטעק בײַם אוניווערסיטעט, דערמעגלעכט זי דעם ברייטערן עולם זיך צו באַטייליקן אין כּלי־זמרישע שטודיעס און אונטערנעמונגען. דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן מוזיק־אינסטיטוט‟, אין די יאָרן 1989־1999, איז געווען דער באַרימטער פֿידלער און דיריגענט יהודי מנוחין.

דעם 13טן אָקטאָבער האָט די באַקאַנטע בריטישע זינגערין רחל וועסטאָן, וועלכע טרעט כּסדר אויף מיט לידער אויף ייִדיש און פֿאַרנעמט זיך מיט אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון דער כּלי־זמר־מוזיק, דורכגעפֿירט דעם ערשטן אָפֿענעם קאָנצערט פֿון דער פּראָגראַם „זינגט!‟, בעת וועלכער די באַטייליקטע האָבן זיך פֿאַראייניקט אין איין פֿאָלק־כאָר. די פּראָגראַם וועט ווידער דורכגעפֿירט ווערן דעם 27סטן אָקטאָבער, דעם 10טן און 24טן נאָוועמבער, און דעם 8טן דעצעמבער. דעם 22סטן דעצעמבער וועט פֿאָרקומען דער קולמינאַציע־קאָנצערט אינעם לאָנדאָנער צענטראַלן ייִדישן קהילה־צענטער, באַקאַנט ווי JW3.

אַ דאַנק דער פּראָגראַם, קאָנען אַלע באַטייליקטע, לאַוו־דווקא פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער, אויספֿירן די קלאַסישע און נײַע ייִדיש־לידער און ניגונים, באַגלייט מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פּיאַנע־אַקאָמפּאַנימענט. מיט אַ יאָר צוריק און במשך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר, ווען דער פֿאָלק־כאָר איז געגרינדעט געוואָרן, האָט מיט די זינגערײַ־אונטערנעמונגען אָנגעפֿירט אַן אַנדער באַקאַנטע זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרן, פּאָלינאַ סקאָוואָראָדאַ־שעפּערד. אַ געבוירענע אין רוסלאַנד, האָט זי פֿאַרענדיקט די קאָנסערוואַטאָריע אין קאַזאַן, וווּ זי האָט געזונגען, אַראַנזשירט די מוזיק און געשפּילט אין דער ערשטער פּאָסט־סאָוועטישער כּלי־זמרישער גרופּע „שׂימחה‟.

סקאָוואָראָדאַ־שעפּערד זינגט אויף ייִדיש און רוסיש, וווינענדיק זינט 2003 אין בריטאַניע. רחל וועסטאָן זינגט אָפֿט אויף פֿאַרשיידענע ייִדישע שׂימחות און אונטערנעמונגען אין לאָנדאָן. אינעם יאָר 2013 האָט זי אָנגעפֿירט מיט דער צוגרייטונג־פּראָגראַם פֿאַר די כּלי־זמרישע מוזיקער מיטן ייִדישן נאָמען „דער נײַער קלאַנג‟, אויך אָרגאַניזירט דורכן „ייִדישן מוזיק־אינסטיטוט‟. אַן אַנדער אונטערנעמונג, אַן אומזיסטער קאָנצערט פֿון כּלי־זמר־מוזיק אונטערן פֿרײַען הימל, האָט די אָרגאַניזאַציע דורכגעפֿירט אינעם לאָנדאָנער רידזשענטס־פּאַרק דעם 6טן סעפּטעמבער.