אָפּראַ רעקלאַמירט חב״ד

Oprah Advertises Chabad

מענדל הורוויץ
מענדל הורוויץ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

נישט יעדן טאָג רעדט די וועלט וועגן אָרטאָדאָקסישע ייִדן אויף דער אינטערנעץ, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ ייִנגל פֿון אונגערן. אָפּראַ ווינפֿרי, די פּאָפּולערע וועלט־באַרימטע טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייט, האָט זונטיק, דעם 18סטן אָקטאָבער, געוויזן די ערשטע סעריע פֿון אירע דאָקומענטאַרן וועגן פֿאַרשיידענע אמונות, געווידמעט דעם יונגן ליובאַוויטשער חסיד מענדל הורוויץ. די וואָך, האָט דער יונגער קינאָ־שטערן צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון מיליאָנען צוקוקער, וועלכע האָבן אָנגעהויבן צו שמועסן וועגן אים אויפֿן „טוויטער‟, „פֿייסבוק‟ און אַנדערע וועבזײַטן.

דער סיפּור־המעשׂה איז זייער אַ פּשוטער. הורוויץ איז הײַנט 15 יאָר אַלט. אָפּראַ דערציילט, ווי אַזוי מיט דרײַ יאָר צוריק האָט ער זיך געגרייט צו זײַן בר־מיצווה אין בודאַפּעשט. ווען עס קומט דער גרויסער טאָג פֿון זײַן ווערן אַ דערוואַקסענער מאַן על־פּי־הלכה, וועקן אים זײַנע חבֿרים אויף, זינגערנדיק „סימן־טובֿ ומזל־טובֿ‟. ער גרייט זיך צו לייענען די הייליקע תּורה; זײַענדיק אַ ליובאַוויטשער, רעדט ער אַרויס די ווערטער אויף לשון־קודש מיט אַ טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער הבֿרה — אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע פֿילמען וועגן די חסידים, וווּ מע הערט דעם אומאויטענטישן כּמו־ספֿרדישן העברעיִשן אַקצענט.

דער טאַטע פֿונעם בר־מיצווה־ייִנגל, הרבֿ שלום הורוויץ, דינט ווי אַ שליח פֿונעם ליובאַוויטשער רבין אינעם בודאַפּעשטער חב״ד־שטיבל אויפֿן טעלעקי־פּלאַץ. הורוויץ פֿירט אויך אָן מיט דער אָרטיקער ישיבֿה און מיטן שטאָטישן בית־דין. דער היסטאָרישער שיל־בנין איז געגרינדעט געוואָרן דורך די טשאָרטקעווער חסידים. די הײַנטיקע חב״דניקעס ציִען אַהין צו כּלערליי מתפּללים, לאַוו־דווקא פֿרומע. אויף דער וועבזײַט פֿון דער שיל ווערט דערקלערט, אַז דאָס איז די איינציקע „היימישע‟ קהילה אין דער שטאָט.

אינעם פֿילם, שמועסט אָפּראַ מיט דער משפּחה אויף ענגליש. דער רבֿ גיט איבער אין אַ ווידעאָ־שמועס, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף אָפּראַ ווינפֿריס וועבזײַט, אַז די שאַפֿער פֿונעם פֿילם האָבן אויסגעקליבן בודאַפּעשט ווי אַן „עקזאָטיש‟ אָרט, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ די פֿרומע ייִדן זענען נישט קיין חידוש. פֿונדעסטוועגן, ווי באַלד די ליובאַוויטשער קהילה אין אונגערן איז פֿעסט פֿאַרבונדן מיט אַמעריקע, האָבן די העלדן אַ כּמו־אַמעריקאַנער טעם. מענדל רופֿט זײַן פֿאָטער אויף ענגליש „טאַטי‟, לויט שטייגער פֿון די אַמעריקאַנער חרדים. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די בודאַפּעשטער חב״דניקעס טראַדיציאָנעלע חסידים, דערפֿאַר קלינגט דער דאָקומענטאַר גענוג אויטענטיש, הגם ס׳איז קלאָר, אַז די קינעמאַטאָגראַפֿן האָבן צוגעטראַכט אַזעלכע פֿראַזעס ווי „ווען איך ווער אַ בר־מיצווה־ייִנגן, וועל איך אָנהייבן פֿרעגן פֿאַרשיידענע קשיאות: פֿאַרוואָס איז דער הימל בלוי, דאָס גראָז — גרין, און צי דער באַשעפֿער איז אַן אַלטער מאַן מיט אַ ווײַסער באָרד‟. די לעצטע „קלאָץ־קשיא‟ איז בפֿירוש אַן אַמעריקאַנישע און האָט ווייניק צו טאָן מיט ייִדישקייט.

אַזוי צי אַזוי, איז חידושדיק, אַז אָפּראַ ווינפֿרי האָט באַשלאָסן אָנצוהייבן איר נײַע דאָקומענטאַרע סעריע מיט אַ מעשׂה וועגן אַ חסידישער בר־מיצווה. אויפֿן „טוויטער‟ באַמערקט זי, אַז זי האָט זיך באַזונדערס פֿאַראינטערעסירט מיט דער דאָזיקער ייִדישער צערעמאָניע, ווײַל זי רעפּרעזענטירט דאָס פֿאַרוואַנדלען זיך פֿון אַ קינד אין אַ דערוואַקסענעם מענטש. די ליובאַוויטשער, פֿון זייער זײַט, וואָס שטרעבט צו רעקלאַמירן זייער באַוועגונג אויף דער גאָרער וועלט, וועלן זײַן זיכער צופֿרידן צו באַקומען אַזאַ גרויסן פּירסום.