קאָוונע אינעם ווילנער לייען־קרײַז

Vilnius Yiddish Reading Circle Turning to Kaunas

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

אַ רעקלאַמע פֿון זייף, וואָס די ייִדישע פֿירמע „פֿישעלע‟ פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿאַר דער מלחמה, אין דער קאָוונער „ייִדישער שטימע‟ פֿונעם יאָר 1937
Courtesy Menke Katz Collection Vilnius
אַ רעקלאַמע פֿון זייף, וואָס די ייִדישע פֿירמע „פֿישעלע‟ פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿאַר דער מלחמה, אין דער קאָוונער „ייִדישער שטימע‟ פֿונעם יאָר 1937

במשך פֿון אַ חודש, האָט דער ווילנער לייען־קרײַז זיך פֿאַרנומען מיט די אַלטע ייִדישע צײַטונגען, וואָס זענען דערשינען אין דער שטאָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. זונטיק, דעם 18טן אָקטאָבער, האָט דער קלוב אָנגעהויבן לייענען די אַמאָליקע ייִדישע פּרעסע פֿון קאָוונע, די צווייט־גרעסטע שטאָט אין ליטע, וווּ עס האָבן פֿאַרן חורבן געוווינט בערך 35-40 טויזנט ייִדן.

דער לייען־קרײַז, געגרינדעט אינעם יאָר 1999 דורכן פּראָפֿעסאָר הירשע־דוד כּ״ץ, טרעפֿט זיך יעדע וואָך, כּדי פֿאָרצולייענען צוזאַמען פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. במשך פֿון 16 יאָר, פֿירט כּ״ץ כּסדר אָן מיטן דאָזיקן קלוב. דעם 13טן סעפּטעמבער האָט דער לייען־קרײַז אָנגעהויבן די נײַע יערלעכע סעסיע. במשך פֿונעם איצטיקן סעמעסטער, וועט דער פּראָפֿעסאָר ברענגען יעדן זונטיק אַן אַנדער צײַטונג פֿון זײַן פּערזענלעכער קאָלעקציע, צוזאַמען מיט די קאָפּיעס פֿאַר זײַנע סטודענטן.

יעדער פֿון די באַטייליקטע וועט פֿאָרלייענען איין פּאַראַגראַף אָדער צוויי. די, וואָס קענען נישט ייִדיש, קאָנען קומען און זיך צוהערן, אָבער קיינער טאָר נישט רעדן קיין אַנדער שפּראַך בעת די טרעפֿונגען. כּדי צו מאָטיווירן זײַנע תּלמידים צו לערנען ייִדיש בעסער, פֿלעגט כּ״ץ זיי אַמאָל באַשטראָפֿן מיט אַ קליינעם קנס — אַ גראָשן פֿאַר יעדעס פֿרעמד וואָרט. יעדע סעסיע וועט דויערן אָנדערהאַלבן שעה. די אָרגאַניזאַטאָרן באַטאָנען, אַז זיי ווילן צוציִען אַלע פֿאַראינטערעסירטע, ייִדן און נישט ייִדן, אָבער בשום־אופֿן נישט קאַליע מאַכן די ריין־ייִדישיסטישע אַטמאָספֿער פֿון דער אונטערנעמונג.

הײַיאָר, טרעפֿט זיך דער ווילנער לייען־קרײַז יעדן זונטיק אינעם „ייִדישן צענטער פֿון קולטור און אינפֿאָרמאַציע‟, אינעם צענטראַלן טייל פֿון דער אַלטער שטאָט, לעבן דער באַקאַנטער סטאַטוע פֿון ד״ר צמח שאַבאַד — דער באַרימטער ייִדישער דאָקטער פֿון ווילנע, וועלכער האָט געדינט ווי אַ דעפּוטאַט פֿונעם פּאַרלאַמענט אין דער צווייטער פּוילישער רעפּובליק. דער באַוווּסטער רוסישער קינדער־פּאָעט קאָרניי טשוקאָווסקי האָט געשאַפֿן זײַן פּאָעמע „דאָקטער אײַבאָליט‟ אויפֿן סמך פֿון שאַבאַדס געראָטענער מעדיצינישער טעטיקייט. שאַבאַד איז אויך באַקאַנט ווי דער מיטגרינדער און וויצע־פּרעזידענט פֿון ייִוו״אָ, וועלכער האָט אויך געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם שאַפֿן די ייִדישע פֿאָלקיסטישע באַוועגונג, וועלכע שמעון דובנאָוו האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאַנצער פּאַרטיי.

די באַטייליקטע אינעם לייען־קרײַז האַלטן, אַז ס׳איז פּאַסיק ממשיך צו זײַן די ייִדיש־טעטיקייט אין דער הײַנטיקער ווילנע בײַם דענקמאָל לכּבֿוד אַזאַ טוער. אינעם צענטער איז פֿאַראַן אַ קאַפֿעטעריע, וווּ מע קאָן באַשטעלן בייגל און אַנדערע מאכלים מיט אַ ייִדישן טעם. די תּלמידים מוזן קויפֿן די נאַשערײַען מיט אַ פֿערטל שעה פֿריִער, כּדי נישט צו פֿאַרשפּעטיקן.