מוזיק פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט

Music from a Lost World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 22, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

געוויסע לידער אינעם אַלבאָם דערמאָנען אַפֿילו נאָך עלטערע קלעזמער־טראַדיציעס. אינעם 19סטן יאָרהונדערט איז דער סאַמע־באַקאַנסטער קלעזמער געווען אַהרן־משה כאָלאָדענקאָ, באַקאַנט ווי „פּעדאָצער‟. כאָטש פּעדאָצער איז געשטאָרבן אין 1902, פֿאַר דעם וואָס מע האָט אים געקענט רעקאָרדירן, קען מען אינעם אַלבאָם יאָ הערן צוויי פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס. איינע פֿון זיי, מײַסטערהאַפֿטיק געשפּילט דורכן פֿידלער יאַשע געגנער, איז באַזירט אויפֿן ניגון פֿון די „תּקון חצות‟ און הייסט טאַקע „חצות‟. די דאָזיקע תּפֿילה, וואָס מע זאָגט יעדע נאַכט ווי אַן אויסדרוק פֿון צער איבערן חורבן בית־המקדש, איז פּאָפּולער צווישן די חסידים, און פּעדאָצער, אַ פֿרומער חסיד, האָט מיט דער קאָמפּאָזיציע דערמאָנט אין זײַנע חסידישע וואָרצלען.

נאָך אַ ליד אינעם אַלבאָם מיט שטאַרקע חסידישע וואָרצלען איז דאָס „חסידל‟ (אַ מין פּאַמאַלעכער „פֿריילעכס‟) „דער טאַלנער רבי‟, וואָס גיט אָפּ כּבֿוד דעם טאַלנער רבי דוד טווערסקי (1808־1882). דאָס ליד האָט אפֿשר אָנגעשריבן דער באַקאַנטער חזן און קאָמפּאָזיטאָר פֿון זײַן הויף יוסף (יאָסל) טאַלנער (1838־1902).

אַנדערע לידער אינעם אַלבאָם פֿאַררופֿן זיך אויף באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער. אַ „שער‟ אינעם אַלבאָם נעמט אַרײַן דעם ניגן פֿונעם באַקאַנטן פֿאָלקסליד „אוי אַבֿרהם‟, כּדי צו העלפֿן די טענצער בעסער צו פֿאָלגן דעם ריטעם. נאָך אַ טאַנץ־ליד, אַ „קאַראַהאָד‟, וועבט אַרײַן אויף אַן ענלעכן אופֿן דעם רעפֿרען פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד „דעם גנבֿס ייִחוס‟, צוזאַמען מיט אַ קרימיש־טאָטערישן ליד.

קוקנדיק איבער די פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון אַלע לידער, וואָס קומען צוזאַמען מיטן קאָמפּאַקטל, זעט מען בולט ווי פֿאַרשידנאַרטיק עס זענען געווען די השפּעות אויף דער קלעזמער־מוזיק. „די רעקאָרדירונגען באַשטעקטיקן, דאָס וואָס מיר האָבן שוין געוווּסט וועגן דער ׳אינטערקולטורעלער׳ און מולטי־עטנישער נעץ, פֿון וואַנען די מוזיק האָט געשטאַמט‟ האָט רובין דערקלערט. „מע הערט, בפֿרט אין אַזעלכע ערטער ווי בוקאָווינע, בעסעראַביע און גאַליציע, וווּ אַ סך מינדערהייט־עטנישע גרופּעס האָבן געוווינט צוזאַמען, ווי אַזוי זייערע מוזיקאַלישע סטילן האָבן משפּיע געווען איינער אויפֿן אַנדערן. איין ליד, למשל, ׳פֿריילעכע נעכט אין טשאַנטאַן׳ איז אַן אויפֿפֿירונג פֿון אַ ליד, וואָס מע האָט לכתּחילה רעקאָרדירט אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל אין 1905… בכלל האַלט איך, אַז די גרעסטע דרויסנדיקע השפּעה אויף די דאָזיקע לידער איז די גרעכיש־טערקיש־רומענישע, דאָס הייסט, וואָס מע האָט געשפּילט אין „קליין־אַזיע‟ (אַנאַטאָליע), איסטאַנבול און אַרום דעם שוואַרצן ים, וווּ די ייִדן האָבן געטיילט זייערע סטילן מיט די גריכישע, אַרמענישע, בולגאַרישע און טערקישע מוזיקער‟.