די קייט פֿון ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע

The Chain of Jewish Historiographic Tradition


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 23, 2015, issue of November 13, 2015.

דעם 22סטן אָקטאָבער האָט זיך אינעם מאָסקווער „ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער‟ געעפֿנט די אויסשטעלונג מיטן נאָמען „די קייט פֿון טראַדיציע‟, געווידמעט די היסטאָריאָגראַפֿישע ווערק אין דער ספֿרים־זאַמלונג פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿט ביזן 22סטן דעצעמבער.

אינעם קורצן אַנאָנס אויף דער וועבזײַט פֿונעם מוזיי ווערט דערקלערט, אַז נאָך אין די תּנ״כישע צײַטן איז בײַ ייִדן געווען אַ טראַדיציע פֿון היסטאָרישער ליטעראַטור. אין דער שפּעטערדיקער תּקופֿה זענען אויפֿגעקומען עטלעכע זשאַנערס פֿון ספֿרים אויף היסטאָרישע טעמעס, וואָס פֿאַררופֿן זיך אָפֿט אויפֿן תּנ״ך. די באַזוכער פֿונעם מוזיי האָבן דערזען אַכט אָריגינעלע אויסגאַבעס פֿון אַזעלכע ווערק, געדרוקט אינעם 18טן און 19טן יאָרהונדערט. אַ טייל פֿון זיי זענען באַגלייט מיט די אויפֿשריפֿטן און שטעמפּלען פֿונעם פֿינפֿטן און זעקסטן ליובאַוויטשער רבין, שלום־דובֿ־בער און יוסף־יצחק שניאורסאָן. מע האָט אויסגעשטעלט אַ ריי אילוסטראַציעס צו דער זעלטענער אַמסטערדאַמער אויסגאַבע פֿונעם ספֿר „יוסיפֿון‟ אויף ייִדיש, וואָס איז אַרויס אינעם יאָר 1743.

דאָנערשטיק, ווען די אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט, האָט דאָרטן פֿון 2 ביז 7 אַזייגער נאָכמיטאָג דורכגעפֿירט עקסקורסיעס דער וויסנשאַפֿטלער באָריס ראַשקאָווסקי, וועלכער אַרבעט אין דער מאָסקווער רוסלענדישער מלוכישער ביבליאָטעק פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור, וועלכער האָט אָרגאַניזירט די עקספּאָזיציע פֿון זעלטענע ספֿרים. אינעם ריזיקן פֿאָנד פֿון דער דאָזיקער ביבליאָטעק געפֿינען זיך בערך 4,4 מיליאָן ביכער און אַנדערע דאָקומענטן אויף מער ווי 140 שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אַ סך ייִדישע און לשון־קודשדיקע ווערק.

אינעם הויפּט־שטאַב פֿון חב״ד, וואָס געפֿינט זיך אינעם ברוקלינער ראַיאָן קראַון־הײַטס, ליגט אַ ריזיקע קאָלעקציע פֿון בערך 250,000 געדרוקטע ספֿרים, דער עיקר, אויף ייִדיש און לשון־קודש, ווי אויך עטלעכע טויזנטער כּתבֿ־ידן. אַ מערקווירדיקן טייל פֿון דער זאַמלונג קאָן מען אַראָפּלאָדן אין אַ קאָמפּיוטער־פֿאָרמאַט פֿון דער וועבזײַט Hebrewbooks. אין מאָסקווע געפֿינט זיך אַן אַנדער ריזיקע ליובאַוויטשער ספֿרים־זאַמלונג — די פּערזענלעכע ביבליאָטעק פֿון דער משפּחה שניאורסאָן, נאַציאָנאַליזירט אין די סאָוועטישע צײַטן.

נאָך אַ לאַנג־יאָריקן מישפּט מיט דער אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציע חב״ד־ליובאַוויטש, האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, געמאַכט אַ פּשרה און דערלאָזט אַריבערצוברענגען די זאַמלונג אינעם נײַעם „ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער‟, וועלכער האָט אַ נאָענט שײַכות צו חב״ד, כּדי די ביכער זאָלן בלײַבן אין רוסלאַנד, אָבער ווערן צוטריטלעך צו די חסידים. אינעם יאָר 2012 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ דערציילט וועגן דעם דאָזיקן מוזיי, ווען ער האָט זיך ערשט געעפֿנט.

די ייִדישע היסטאָריאָגראַפֿיע און היסטאָריאָסאָפֿיע איז זייער אַ ברייטע און אינטערעסאַנטע טעמע. הגם אַ סך טראַדיציאָנעלע ייִדן גלייבן נאָך אַלץ, אַז דעם ספֿר „יוסיפֿון‟ האָט אָנגעשריבן מיט 2000 יאָר צוריק יוסף פֿלאַוויוס אַליין, איז הײַנט קלאָר, אַז אַן אומבאַקאַנטער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער מחבר האָט איבערגעאַרבעט די גריכישע ווערק פֿונעם באַרימטן אוראַלטן היסטאָריקער אַרום דעם 10טן יאָרהונדערט, צוגעבנדיק אַ סך אייגענעם מאַטעריאַלן פֿון אַנדערע קוואַלן. די פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע היסטאָרישע ביכער איז אַ וויכטיק געביט אין דער ייִדישער געשיכטע.

אַ קאָמפּיוטער־ווערסיע פֿון דער דערמאָנטער אַמסטערדאַמער אילוסטרירטער ייִדיש־אויסגאַבע פֿונעם דאָזיקן ספֿר, וואָס ליגט אינעם ייִוואָ־אינסטיטוט, קאָן מען געפֿינען אויף Hebrewbooks. די, וואָס קאָנען נישט באַזוכן די מאָסקווער עקספּאָזיציע און זען דעם דאָזיקן ספֿר פּנים־אל־פּנים, קאָן אַראָפּלאָדן אַ סקאַנירטע קאָפּיע פֿון דער אינטערנעץ און אָפּשאַצן דעם אַלטן מערבֿדיקן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. די גראַוויור־אילוסטראַציעס פֿונעם אומבאַקאַנטן קינסטלער זענען טאַקע שיין און אייגנאַרטיק.