ווען די אַמעריקאַנער פֿרויען האָבן באַקומען די וואַל־רעכט

When US Women Got the Right to Vote

די אַקטריסעס עלענאָר לאַוסאָן, מאַדאַן יוסקאַ, ווירדזשיניע קלין און פֿאָלאַ לאַ־פֿאָלעט אויף אַ פּאַראַד לטובֿת דער קאַמפּאַניע צו געבן פֿרויען דאָס רעכט צו שטימען
Getty Images
די אַקטריסעס עלענאָר לאַוסאָן, מאַדאַן יוסקאַ, ווירדזשיניע קלין און פֿאָלאַ לאַ־פֿאָלעט אויף אַ פּאַראַד לטובֿת דער קאַמפּאַניע צו געבן פֿרויען דאָס רעכט צו שטימען

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 23, 2015, issue of November 13, 2015.

דעם 21סטן אָקטאָבער 1915, איז אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג „וואַרהייט‟, וואָס איז געווען אַ ביטערער קאָנקורענט פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַרויס אַן אַרטיקל אונטערן טיטל „די פֿאַלשע טענות קעגן פֿרויען־שטימרעכט‟. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל, בער באָראָכאָוו, האָט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה געוווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם פּראָלעטאַרישן, מאַרקסיסטישן ציוניזם און, ווי מע האַלט, דער „טאַטע‟ פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פֿילאָלאָגיע (זײַן אַרבעט „די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע‟ איז אַרויס אין 1913 — leyenzal.org/2013/12/04/borokhov/), האָט באָראָכאָוו רעגולער געדרוקט אַרטיקלען אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע, בפֿרט אין דער „וואַרהייט‟.

די טעמע, וואָס באָראָכאָוו האָט אויפֿגעהויבן אין דעם דערמאָנטן צײַטונג־אַרטיקל, האָט געהאַט צו טאָן מיט די רעכט פֿון פֿרויען זיך צו באַטייליקן אין די וואַלן — צו האָבן די מעגלעכקייט צו שטימען און צו זײַן אויסגעוויילט. צו יענער צײַט, האָבן אַזעלכע רעכט געהאַט פֿרויען נאָר אין אַ באַגרענעצטער צאָל אַמעריקאַנער שטאַטן — בדרך־כּלל, אין די מערבֿדיקע, „ייִנגערע‟ געגנטן פֿון לאַנד. וואָס שייך די מיזרחדיקע שטאַטן, האָט באָראָכאָוו געשריבן, אַז דאָרטן האָט מען „נאָך ניט באַשטימט זייער פֿיזיאָנאָמיע‟.

די סאַמע ערנסטע קעגנער פֿון פֿרויען־וואַלרעכט זײַנען געווען די באַזונדערס קאָנסערוואַטיווע דרומדיקע שטאַטן, וווּ, ווי באָראָכאַוו האָט דערמאָנט דעם לייענער, איז די שוואַרצע באַפֿעלקערונג געווען פּאָליטיש באַגרענעצט און „טאָג־טעגלעך געלינטשט‟. דאָס זײַנען געווען די שטאַטן „פֿון וועלכע ס’וואַקסט שוין אַרויס די אַנטיסעמיטישע באַוועגונג אין אַמעריקע, און דאָרט איז בכלל ניטאָ קיין גינסטיקער באָדן פֿאַר דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמען‟.

ווי אַ שטיצער פֿון פֿרויען־רעכט, האָט באָראָכאָוו געשריבן אַז „די פֿרוי איז אַ מענטש, אַ בירגער, אַן עקאָנאָמיש־טעטיקער מיטגליד פֿון דער געזעלשאַפֿט‟. און ווי אַ פּועל־יוצא, קומט דער פֿרוי צו האָבן די „זעלבע רעכט, וואָס עס האָבן אַנדערע מענטשן, אַנדערע בירגער, אַנדערע עקאָנאָמיש־טעטיקע מיטגלידער.‟ אָבער „די שׂונאים פֿון דעמאָקראַטיע האָבן שוין אויסגעטראַכט די נייטיקע אַרגומענטן: אַז די פֿרוי באַדאַרף זײַן בלויז אַ באַלעבאָסטע אין הויז און אַ מוטער צו די קינדער, זי טאָר זיך ניט מישן אין פּאָליטיק, דאָס וועט רויִנירן די פֿאַמיליע, דאָס וועט פֿאַרדאָרבן די שיינקייט און איידלקייט פֿון דער פֿרוי, וועט פֿאַרניכטן די ‘אייביקע פּאָעטישע ווײַבלעכקייט’.‟ אַ סך מענטשן האָבן זיך אויך איבערגעשראָקן, אַז „מאַן און ווײַב וועלן זיך נאָר קריגן און גטן צוליב [וואַל־]קאַמפּיין־סיכסוכים‟.

ווי אַ באַווײַז, אַז אַזעלכע אַרגומענטן האָבן ניט קיין ברעקל זין, האָט באָראָכאָוו געבראַכט דעם מוסטער פֿון פֿינלאַנד, וווּ די פֿרויען האָבן באַקומען די גלײַכע רעכט אין יאָר 1906, און די וועלט האָט זיך דאָרטן צוליב דעם ניט איבערגעקערט. קיין משפּחות זײַנען ניט רויִנירט געוואָרן אויך אין די אַמעריקאַנער שטאַטן, וווּ פֿרויען זײַנען צוגעלאָזט געוואָרן צו די וואַלן. באָראָכאָוון איז פֿינלאַנד געווען „נאָענט‟, ווײַל דאָס קליינע אייראָפּעיִשע לאַנד האָט דעמאָלט נאָך ניט דערגרייכט קיין פֿולע אומאָפּהענגיקייט און איז פֿאַקטיש געווען אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע, כאָטש מיט אַן אייגענער קאָנסטיטוציע.

הײַנט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי טרויעריק איז געווען דער מצבֿ פֿון די וואַל־רעכט פֿאַר פֿרויען אַפֿילו אין דער „אַלט־ציוויליזירטער‟ אייראָפּע. למשל, אין פֿראַנקרײַך איז עס אין דער פֿולער מאָס דערגרייכט געוואָרן נאָר אין יאָר 1944, און אין דער שווייץ האָט אַזאַ רעפֿאָרם גוטגעהייסן אַ רעפֿערענדום אַזש אין 1971.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז די גלײַכקייט פֿאַר פֿרויען געקומען אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אַמענדמענט צו דער קאָנסטיטוציע, נומער 19. דער וועג צו דעם איז געווען אַ לאַנגער. ס’איז וויכטיק געווען, אַז אין יאָר 1916 האָבן ס’רובֿ סאַפֿראַזשיסטישע אָרגאַניזאַציעס געשאַפֿן אַ פֿאַראייניקטן פֿראָנט. אין 1917 האָט דער פּרעזידענט וווּדראָו ווילסאָן, פֿריִער אַ קעגנער פֿון פֿרויען־רעכט, געביטן זײַן פּאָזיציע. אין יענעם יאָר האָט ניו־יאָרק אָנערקענט די וואַל־רעכט פֿון פֿרויען (און אין 1917 איז אין קיִעוו, אין עלטער פֿון 36 יאָר, געשטאָרבן בער באָראָכאָוו.)

אין 1919 האָט דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז, סוף־כּל־סוף, אונטערגעהאַלטן די רעפֿאָרם, אָבער דער סענאַט האָט עס ניט דורכגעלאָזט ביז אויגוסט 1920. דאָס איז געווען דער פֿינאַל פֿון אַ לאַנגן און אָפֿט מאָל ביטערן קאַמף, געפֿירט זינט דעם 19טן יאָרהונדערט. דעם 2טן נאָוועמבער 1920 האָבן די אַמעריקאַנער פֿרויען איבערן גאַנצן לאַנד זיך צום ערשטן מאָל באַטייליקן אין די פּרעזידענטישע וואַלן. די אַלגעמיינע צאָל בירגער, וואָס האָבן זיך באַטייליקט, איז אויסגעוואַקסן פֿון 18.5 מיליאָן אין 1916 ביז 26.8 מיליאָן אין 1920.