אַ כינעזיש ליד אויף ייִדיש

Chinese Song in Yiddish

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 25, 2015, issue of November 13, 2015.

צום ערשטן מאָל איז אַ קלאַסיש כינעזיש ליד איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש. דעם 23סטן יולי, בײַם שליסן די אינטערנאַציאָנאַלע זומערדיקע ייִדיש־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, האָט אַ כינעזישע פֿרוי, יאַנג מענג, וועלכע האָט אויסגעלערנט ייִדיש־לשון, אויפֿגעטראָטן מיט איר חידושדיקער שאַפֿונג. דעם 22סטן אָקטאָבער, האָט דער Forward פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם פֿון טליה זאַקס; דאָס ליד איז דעם זעלבן טאָג פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויפֿן „יוטוב‟.

יאַנג מענג, אַ יונגע כינעזישע פֿרוי, שרײַבט אַ דאָקטאָראַט וועגן דער ייִדישער קהילה אין שאַנכײַ, וווּ בערך 23,000 ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט, אַנטלויפֿנדיק פֿון די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. כּדי זיך צו באַקענען בעסער מיט דער טעמע פֿון איר פֿאָרשונג, האָט יאַנג באַשלאָסן אויסצולערנען ייִדיש און לשון־קודש. צוויי אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, וואָס זענען וויכטיק פֿאַר איר דאָקטאָראַט, ענגליש און דײַטש, האָט זי שוין געקענט גאַנץ גוט. זי האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז בעת אירע שטודיעס האָט זי באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז אָן ייִדיש קען מען נישט פֿאַרשטיין, ווי געהעריק, די ייִדישע קולטור.

יורי וועדעניאַפּין, דער ייִדיש־לעקטאָר אינעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, וועלכער איז אויך באַקאַנט מיט זײַן קאַמפּאַניע צו פּאָפּולאַריזירן ייִדיש איבער דער וועלט, האָט געהאָלפֿן יאַנג איבערצוזעצן אַ ליד פֿונעם באַרימטן מיטל־עלטערלעכן כינעזישן פּאָעט סו שי, אָנגעשריבן אינעם יאָר 1079. אינעם יאָר 1983 האָט דער קאָמפּאָזיטאָר ליאַנג האָנגזי פֿאַרוואַנדלט דאָס דאָזיקע קלאַסישע פּאָעטישע ווערק אין אַ פּאָפּולער זינגליד מיטן נאָמען „מיר האָפֿן אייביק צו לעבן‟. אין יאַנגס ייִדישער איבערזעצונג הייסט עס, „די כינעזישע לבֿנה איבער תּל־אָבֿיבֿ‟.

סו שי איז געווען אַ בודיסט, דערפֿאַר זענען זײַנע לידער דורכגעזאַפּט מיטן גײַסט פֿון פֿאַרבײַיִקייט און אומשטענדיקייט פֿונעם וועזן. אין זײַן ליד, פֿאַרגלײַכט ער דאָס מענטשלעכע לעבן צו דער לבֿנה, וואָס בלײַבט פֿול בלויז איין טאָג, דערנאָך ווערט זי צומאָל רויט, צומאָל טונקל, ביז זי פֿאַרשווינדט אינגאַנצן. מיט פּרעכטיקע נאַטור־אימאַזשן, שילדערט דער פּאָעט דעם בײַטעוודיקן גאַנג פֿונעם וועזן.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, שטימט די דאָזיקע טעמע גאַנץ גוט מיט דער ייִדישער רוחניותדיקער טראַדיציעס. ווי ס׳איז באַקאַנט, סימבאָליזירט די לבֿנה דאָס ייִדישע פֿאָלק, וואָס וואַנדערט אין גלות. יאַנג האָט איבערגעאַרבעט דאָס ליד און צוגעגעבן אַ סטראָפֿע, וווּ זי דערקלערט איר ליבשאַפֿט צו ייִדיש: „דאָס איז איצטער מײַן שפּראַך, ס׳לשון פֿון ליבע־ליד, ווײַט איז כינע און לאַנג דער פֿלי, ס׳וואַקסט די לבֿנה גיך‟. בײַם אָנהייב פֿון איר אויפֿטריט זינגט זי אויף כינעזיש, און בײַם סוף דערקלערט ווידער, אַז „דאָס איז איצט אונדזער שפּראַך‟.

די פֿאָרשערין גלייבט, אַז אַלץ מער כינעזער אינטערעסירן זיך הײַנט מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און אַז איר שאַפֿונג קאָן זײַן די ערשטע פּאָעטישע איבערזעצונג פֿון כינעזיש אויף ייִדיש, אָבער וועט זיכער נישט זײַן דאָס לעצטע. אין איר היימלאַנד, פֿאַרשפּרייט זי ווײַטער די ידיעות וועגן דעם חורבן, ייִדן און ייִדישקייט. אין שאַנכײַ איז נאָך אַלץ פֿאַראַן אַ קליינע ייִדישע קהילה.