ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published October 26, 2015, issue of November 13, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

שטאַטישער ייִדיש־עקזאַמען פֿאַר תּלמידים פֿון 12טן קלאַס

צװײ תּלמידות פֿון 12טן קלאַס האָבן געמאַכט מינדלעכע און געשריבענע שטאַטישע ייִדיש־עקזאַמענס אין דעם שטאַט װיקטאָריע. בײדע זײַנען גראַדואַנטן פֿון דער „שלום־עליכם קאָלעדזש פֿאָלקשול‟ אין מעלבורן, כאָטש אײנע לערנט זיך אין אַ ייִדישער מיטלשול, און די צװײטע — אין אַן עפֿנטלעכער מיטלשול. בײדע מײדלעך לערנען זיך אין 10טן קלאַס און זײַנען צוריק אין דער „שלום־עליכם שול‟ נאָך די שול־שעהען פֿיר יאָר צו מאַכן ייִדיש־קלאַסן צװײ מאָל אַ װאָך. אײנע פֿון זײ שרײַבט ייִדישע פּאָעזיע, און די צװײטע איז דאָס אור־אײניקל פֿון אַ גרינדער פֿון מעלבורנער ערשטער ייִדישער שול, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 1937. זײ װעלן זיך דערװיסן די רעזולטאַטן פֿון דעם עקזאַמען ערשט סוף דעצעמבער.

150 יאָר אָרגאָניזירט ייִדיש־לעבן אין קװינסלאַנד

די ייִדישע קהילה אין דעם שטאַט קװינסלאַנד װעט פֿײַערן 150 יאָר פֿון אָרגאַניזירט ייִדיש־לעבן אין דעם שטאַט מיט אַ קולטור־פֿעסטיװאַל און אַ װעטשערינקע* אין דער הױפּט־שטאָט, בריזבײן, אין חודש נאָװעמבער. דערצו װעלן פֿאָרקומען קלענערע אונטערנעמונגען אינעם דאָרף. כּמעט צען טױזנט ייִדן װױנען אין קװינסלאַנד הײַנט צו טאָג.

אַ בוך װעט אַרױס אין 2016, װאָס דערצײלט די געשיכטע פֿון דעם אָרגאַניזירטן ייִדישן לעבן אין דעם שטאַט, װאָס געפֿינט זיך אין צפֿון־מיזרחדיקן טײל פֿון לאַנד. לאָקאַלע ייִדן האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דעם שטאַט אױפֿן געביט פֿון פּאָליטיק, אַקאַדעמיע, געשעפֿטן, מעדיצין, װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס, קונסט און ספּאָרט. די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿון ייִדישן טעאַטער אין אױסטראַליע איז פֿאָרגעקומען אין קװינסלאַנד.

נײַער פּרעזידענט פֿון קהילה אין קאַנבערע

די ייִדישע קהילה אין דער אױסטראַלישער הױפּט־שטאָט, קאַנבערע, און געגנט, האָט דערװײלט אַ נײַעם פּרעזידענט אױף איר יערלעכער אַלגעמײנער פֿאַרזאַמלונג. דער נײַער פּרעזידענט, יעל קעס, האָט שױן געדינט װי דער װיצע־פּרעזידענט פֿון דער קהילה. זי װױנט שױן לאַנג אין קאַנבערע, װוּ זי פֿירט אָן מיט אַ װױלטעטיקער אָרגאַניזאַציע. דער געװעזענער פּרעזידענט, ראָבערט קוסעל, װעט װײַטער דינען װי אַ מיטגליד פֿון דער קהילה־סטרוקטור.