שׂריפֿה אין היסטאָרישער שיל אין ניו־דזשערזי

Devastating Fire in Historic New Jersey Synagogue

עס ברענט די שיל „פּועלי צדק‟
עס ברענט די שיל „פּועלי צדק‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 27, 2015, issue of November 13, 2015.

דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק איז אין אַ שרעקלעכער שׂריפֿה פֿאַרברענט געוואָרן אַן אַלטע שיל אין ניו־בראָנסוויק, ניו־דזשערזי, און דערבײַ חרובֿ געמאַכט אַלץ אינעווייניק.

לויט אַ פּרעלימינאַרער אויספֿאָרשונג איז די שׂריפֿה אין „פּועלי צדק‟ געווען אַן אַקצידענט.

דער שמשׂ, וואָס איז געווען אינעם בנין, ווען די שׂריפֿה איז אויסגעבראָכן פֿרײַטיק נאָך מיטאָג, האָט באַלד גערופֿן די פֿײַערלעשער. איינע פֿון די ספֿר־תּורהס איז געראַטעוועט געוואָרן פֿונעם עלטערן רבֿ, ר׳ אַבֿרהם מיקאָף, וועלכער איז אַרײַנגעלאָפֿן אינעם בנין און זי אַרויסגעטראָגן, איידער די סטעליע איז אײַנגעפֿאַלן.

אין 1995 איז „פּועלי צדק‟ אַרײַנגעשטעלט געוואָרן אין דער נאַציאָנאַלער רשימה פֿון היסטאָרישע ערטער. די שיל געפֿינט זיך אין דעם בנין זינט 1924.

ס׳רובֿ פֿון די מתפּללים זענען געווען עלטערע ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס קענען ווייניק ענגליש, האָט הרבֿ מיקאָף אָדער דער גבאַי אָפֿט מאָל אויסגערופֿן די זײַט, וווּ מע האַלט, אויף ייִדיש און אויף רוסיש. אַפֿילו דער ענגלישער אויסלייג פֿון דער שיל — Poile Zedek — איז אַן עכטער ייִדישער אַרויסרייד. געוויינטלעך, שרײַבט מען Poalei.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט די שיל קוים געקענט צוציִען אַ מנין, האָט מען זיך אָפֿט געוואָנדן צום „הילל‟ פֿונעם דערבײַיִקן „ראָטגערס־אוניווערסיטעט‟, צו שיקן ייִדישע סטודענטן צו „פּועלי צדק‟ פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אָדער שבת אין דער פֿרי, כּדי צו העלפֿן מיטן מנין.

אַחוץ דעם, האָט די שיל אויך פֿון צײַט צו צײַט צוגעצויגן מענטשן, וואָס האָבן געמוזט בלײַבן שבת אין ניו־בראָנסוויק, ווײַל זייערס אַ קרובֿ איז געלעגן אינעם אָרטיקן שפּיטאָל „ראָבערט וווּדס דזשאָנסאָן‟. הרבֿ עקיבֿא דוד ווײַס, וועלכער האָט פֿיר יאָר לאַנג געדינט ווי דער אָרטאָדאָקסישער רבֿ בײַם „ראָטגערס־הילל‟, און איז געווען אַן אָפֿטער גאַסט אין „פּועלי צדק‟, האָט געשריבן זונטיק אויף „פֿייסבוק‟: „מע האָט קיין מאָל נישט געוווּסט ווער ס׳וועט אין אַ געוויסן שבת קומען אין ׳פּועלי צדק׳: אַ מאָל — אַ משפּחה חסידים; אַנדערע מאָל — די עלטערן פֿון אַ קינד, וואָס ליגט אין שפּיטאָל, אָדער איינער, וואָס וויל מאַכן אַ מי שברך פֿאַר זײַן פֿרוי, וואָס האָט ערשט געהאַט אַ קינד. אין ׳פּועלי צדק׳ האָבן זיי אַלע געפֿונען אַ היים.‟

אַ גרופּע געוועזענע „ראָטגערס‟־סטודענטן, וואָס פֿלעגן דאַווענען אין „פּועלי צדק‟ האָבן דערווײַל געגרינדעט אַ קאַמפּאַניע אויף דער אינטערנעץ https://www.gofundme.com/rebuildorshul צו זאַמלען די נייטיקע פֿאָנדן איבערצובויען דעם בנין.