ווידעאָ: מלמד גיט תּלמידים די ענטפֿערס פֿון אַן ענגליש־עקזאַמען

Video: Yeshiva Teacher Giving English Test Answers to Class

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 28, 2015, issue of November 13, 2015.

לויט אַ ווידעאָ, וואָס די „דיילי ניוס‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, האָט אַ מלמד פֿון איינעם פֿון די גרעסטע חדר־סיסטעמען אין ברוקלין, אין מײַ 2014, געגעבן אַ קלאַס פֿון 5־יאָריקע קינדער די ענטפֿערס צו פֿראַגעס אין אַ שטאָטישן ענגליש־עקזאַמען.

אינעם ווידעאָ, האָט דער מלמד עטלעכע מאָל געוויזן מיטן פֿינגער די ריכטיקע ענטפֿערס אויף די עקזאַמען־בויגנס און זיי געזאָגט, אויף ייִדיש, וואָס מע דאַרף אַרומרינגלען מיטן בלײַער.

דער עקזאַמען דאַרף מעסטן ווי גוט די תּלמידים קענען ענגליש, בפֿרט אַז אין דער היים רעדט מען, בדרך־כּלל, בלויז ייִדיש. דער עקזאַמען איז, געוויינטלעך, נישט קיין מוז, אָבער צוליב דעם וואָס די שולן באַקומען פֿעדעראַלע פֿאָנדן, דינט דער עקזאַמען ווי אַ מיטל צו דערגיין, וויפֿל ענגליש די קינדער האָבן זיך שוין אויסגעלערנט אין די קלאַסן.

די שול־באַאַמטע האָבן געטענהט, אַז קיינער האָט נישט געשווינדלט בײַם עקזאַמען. „די 2־יאָריקע ווידעאָ איז בלויז אַן אָפּשאַצונג פֿון די נישט־ענגליש־רעדנדיקע 5־יאָריקע קינדער,‟ האָט דערקלערט מײַקל טאָבמאַן, אַ וואָרטזאָגער פֿאַר דער אַהרונים־פֿראַקציע פֿון די סאַטמערער חסידים, וואָס פֿירט אָן מיט דער חדר־נעץ.

„דער לערער האָט בלויז געהאָלפֿן די קינדער מיט דער ערשטער פֿראַגע, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי וועלן שפּעטער אַליין פֿאַרשטיין ווי צו מאַכן אַזאַ עקזאַמען,‟ האָט טאָבמאַן צוגעגעבן. בײַם סוף פֿונעם 6־מינוטיקן ווידעאָ, הערט מען אָבער ווי דער מלמד זאָגט: „קינדערלעך, קינדערלעך, דאָס איז די לעצטע פֿראַגע!‟

מער ווי 4,000 תּלמידים לערנען זיך אין די 15 בנינים פֿון דער חדר־סיסטעם אויף „ווײַט־עוועניו‟ אין וויליאַמסבורג. אַ צאָל גראַדואַנטן פֿון די שולן האָבן שוין יאָרן לאַנג זיך באַקלאָגט וועגן דער שוואַכער סעקולערער דערציִונג, וואָס מע גיט אין די שולן, און אַז ס׳רובֿ פֿון די גראַדואַנטן קענען קוים לייענען אָדער שרײַבן אויף ענגליש.

דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט האָט די שטאָטישע דערציִונג־אָפּטייל געמאָלדן, אַז מע האָט אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג פֿון מער ווי אַ טוץ שולן אַזוינע, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זייער קוריקולים פֿאָלגט די גרונט־סטאַנדאַרטן פֿון אַ סעקולערער בילדונג.

נפֿתּלי מאָסטער, דער גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע Young Advocates For Fair Education [יונגע אַקטיוויסטן לטובֿת אַ יושרדיקער בילדונג], טענהט, אַז דער שטאָטישער בילדונג־אָפּטייל פֿאָדערט בלויז, אַז די שולן זאָלן אונטערשרײַבן אַ געשוווירענע באַשטעטיקונג, אַז זיי באַזאָרגן די תּלמידים מיט אַ לײַטישער בילדונג. „די איצטיקע אויספֿאָרשונג איז נישט מער ווי אַ בלאָף,‟ האָט מאָסטער געזאָגט.

מאָסטער און אַנדערע אַקטיוויסטן צו פֿאַרבעסערן די סעקולערע דערציִונג אין די ישיבֿות האָבן נישט איין מאָל געפּרוּווט זיך טרעפֿן מיט די באַאַמטע פֿונעם בילדונג־אָפּטייל, כּדי אַרומצורעדן דעם ענין, אָבער ס׳איז גאָרנישט געוואָרן דערפֿון. די „דיילי ניוס‟ האָט זיך אַליין געוואָנדן צום בילדונג־אָפּטייל וועגן דעם ענין, אָבער די באַאַמטע פֿונעם אָפּטייל האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן.