ייִדיש ווי אַ ווײַט־מיזרחדיקע שפּראַך

Yiddish As a Far Eastern Language

די תּלמידים פֿונעם ביראָבידזשאַנער קינדער־גאָרטן „מנורה‟ שפּילן דעם ספּעקטאַקל „ענטעלע‟ אויף ייִדיש, בעת דער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער פֿילשפּראַכיקייט פֿונעם ווײַטן מיזרח
Menora-28.ucoz.ru
די תּלמידים פֿונעם ביראָבידזשאַנער קינדער־גאָרטן „מנורה‟ שפּילן דעם ספּעקטאַקל „ענטעלע‟ אויף ייִדיש, בעת דער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער פֿילשפּראַכיקייט פֿונעם ווײַטן מיזרח

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 28, 2015, issue of November 13, 2015.

דעם 13טן און 14טן אָקטאָבער איז אין ביראָבידזשאַן פֿאָרגעקומען די וויסטשאַפֿטלעך־פּראַקטישע קאָנפֿערענץ, געווידמעט די ביבליאָטעקן, וואָס פֿונקציאָנירן אינעם פֿילשפּראַכיקן און פֿאַרשיידנאַרטיקן ווײַט־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון רוסלאַנד. צום מערסטן איז די באַטייליקטע געפֿעלן געוואָרן דער מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל „ענטעלע‟, וואָס די קינדער אין אַ ביראָבידזשאַנער קינדער־גאָרטן האָבן אָפּגעשפּילט אויף ייִדיש.

די רוסלענדישע רעגירונג האָט געמאָלדן דאָס יאָר 2015 ווי „אַ יאָר פֿון ליטעראַטור‟; דערפֿאַר קומען אינעם לאַנד פֿאָר פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע און לינגוויסטישע אונטערנעמונגען. אינעם ווײַט־מיזרחדיקן טייל פֿון רוסלאַנד לעבט אַ גאַנצע ריי פֿעלקער, וואָס רעדן אויף צענדליקער פֿאַרשיידענע שפּראַכן; אַ טייל פֿון זיי האַלטן איצט בײַם פֿאַרשוווּנדן ווערן צוליב דעם בכּבֿודיקן עלטער פֿון די לעצטע רעדער און דער אַסימילאַציע פֿון די יונגע־לײַט, וואָס באַנוצן זיך אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן בלויז מיט רוסיש.

למשל, אין דער סאַכאַלינער געגנט, וואָס געפֿינט זיך אויף אַ רעלאַטיוו קורצער דיסטאַנץ פֿון ביראָבידזשאַן, לעבן הײַנט בלויז אַ פּאָר הונדערט ניווכן, וואָס קענען זייער אוניקאַלע איזאָלירטע שפּראַך. דערווײַל האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו דערווײַזן, אַז עס זענען דאָ קלאָרע גענעטישע פֿאַרבינדונגען צווישן ניווכיש און וועלכע־ניט־איז אַנדערע לשונות.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז אַ גרויסע ראָלע בעת דער קאָנפֿערענץ האָט געשפּילט דווקא ייִדיש — די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט מיטן צענטער אין ביראָבידזשאַן. הגם אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע אוראַלטע אָרטיקע לשונות, ווי ניווכיש אָדער יוגיש, האָט די סאָוועטישע מאַכט קינסטלעך געשאַפֿן אַ „ייִדישלאַנד‟ אינעם ווײַטן מיזרח, אָנהייבנדיק פֿון די 1930ער יאָר, און הגם די ייִדישע קהילה באַטרעפֿט הײַנט אין דער שטאָט בלויז 1,5—2 טויזנט נפֿשות, בערך 1 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, שפּירט זיך אין דער שטאָט נאָך אַלץ אַ בולטע השפּעה פֿון ייִדיש.

אינעם ביראָבידזשאַנער מלוכישן קינדער־גאָרטן „מנורה‟, וווּ עס גייען נישט בלויז ייִדישע קינדער, לערנט מען ייִדיש און ייִדישע טראַדיציעס. בײַם קינדער־גאָרטן איז אויך פֿאַראַן דער קלוב „משפּחה‟ פֿאַר די עלטערן. די דערציִער, בראָש מיט סאָפֿיאַ קירילאָוואַ און ליליאַ וואַלעוויטש, פֿאַרנעמען זיך ענטוזיאַסטיש מיט פֿאַרשיידענע ייִדיש־אונטערנעמונגען.

בעת דער קאָנפֿערענץ, האָבן די באַטייליקטע אויך באַזוכט די אָרטיקע ייִדישע קהילה „פֿרייד‟, פֿאַרבונדן מיט חב״ד, און די געגנט־ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען שלום־עליכם, וווּ עס געפֿינט זיך אַ גרויסער אוצר פֿון ייִדישע ביכער. יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע. בשותּפֿות מיט דער ביבליאָטעק, קלײַבט זיך די צײַטונג איבערצוזעצן אויף רוסיש פֿון ייִדיש עמנואל קאַזאַקעוויטשס לידער־זאַמלונג וועגן דעם אויפֿבוי פֿון דער אויטאָנאָמישער ייִדישער געגנט, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 1932. גאַלינאַ בויטשוק, די ביבליאָטעקאַרין פֿון דער קהילה „פֿרייד‟, האָט דערציילט וועגן דעם ליטעראַרישן סטאַטוס פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין ביראָבידזשאַן.

וועראַ קנאָרינג, אַ באַקאַנטע פּעטערבורגער ייִדיש־אַקטיוויסטקע, האָט דערציילט וועגן איר ביבליאָטעק־אַרבעט מיט די ייִדישע ביכער. ראָמאַן קוטין, אַ תּלמיד פֿון אַ ביראָבידזשאַנער מיטל־שול, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ פֿאָרטראָג וועגן די לידער פֿונעם ייִדישן פּאָעט יצחק בראָנפֿמאַן.

ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז ביראָבידזשאַן קאָן ווידער ווערן אַ ממשותדיקער ייִדישער צענטער. די אָרטיקע ייִדיש־פּראָגראַמען טראָגן אַן עטוואָס עם־הארצישן כאַראַקטער. עס קאָן אָבער זײַן, אַז צוליב די היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען מיט ייִדן, קאָן די שטאָט ווערן פּאָפּולער ווי אַ צענטער פֿון ייִדישן טוריזם. די שטאָט בלײַבט אויך אַן אוניקאַל אָרט, וווּ אויף ייִדיש־פּראָגראַמען קאָן מען אָפֿיציעל קריגן שטיצע פֿון די רוסלענדישע מלוכישע פֿאָנדן.