דײַטשע, ישׂראלדיקע אַרמייען פֿירן בשותּפֿותדיקע מאַנעווערס

Germany, Israeli Armies Hold Joint Drill

דער דײַטשישער גענעראַל ערנסט פּעטער האָרן
דער דײַטשישער גענעראַל ערנסט פּעטער האָרן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 29, 2015, issue of November 13, 2015.

ישׂראל און דײַטשלאַנד האָבן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר וואָכן דורכגעפֿירט די גרעסטע בשותּפֿותדיקע מיליטערישע געניטונגען פֿון שטאָט-שלאַכטן זינט דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל, האָט „האָרץ‟ איבערגעגעבן.

מער ווי 100 דײַטשע סאָלדאַטן זענען אָנגעקומען אין ישׂראל מיט עטלעכע וואָכן צוריק, כּדי זיך צו טרענירן אין דער דרומדיקער אַרמיי־באַזע „צאלים‟. אַחוץ אינפֿאַנטעריע און לאָגיסטיק־ספּעציאַליסטן, האָט דײַטשלאַנד אויך מיטגעשיקט פֿינף שווערע מיליטערישע אויטאָס.

דער דײַטשער גענעראַל ערנסט פּעטער האָרן האָט דערקלערט, אַז די מאַנעוורעס זענען אַ מיטל, אַז ישׂראל און דײַטשלאַנד זאָלן זיך טיילן מיט זייער דערפֿאַרונג. „במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 10 יאָר האָבן מיר געהאַט אַ סך פּראַקטיק אין אַפֿגאַניסטאַן און קאָסאָוואָ, און די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט אויך אַ סך דערפֿאַרונג,‟ האָט ערנסט פּעטער געזאָגט. „ס׳איז תּמיד גוט צו מאַכן אַן אָפּשאַצונג און זען ווי אַזוי אַ צווייט לאַנד טוט עפּעס אויף אַן אַנדער אופֿן.‟

לויטן באַריכט אין „האָרץ‟, האָט מען פֿאַרבעטן די דײַטשע סאָלדאַטן אויף שבת־וועטשערעס מיט ישׂראלדיקע משפּחות פֿרײַטיק־צו־נאַכטס.

אין מײַ האָט דער דײַטשישער שוץ־מיניסטער, אורסולאַ פֿאָן דער לייען, געזאָגט, אַז דײַטשלאַנדס נעענטסטע זיכערהייט־אָפּעראַציעס זענען מיט ישׂראל, און האָט דעמאָלט איבערגעפֿירט פֿיר גרופּעס „פּאַטריאָט‟־ראַקעטן קיין ישׂראל, און אויך פֿאַרקויפֿט דער ייִדישער מדינה זעקס דײַטש־געמאַכטע „קאָרוועט‟־קריגשיפֿן. די שיפֿן, וואָס קאָסטן 430 מיליאָן אייראָ (480 מיליאָן דאָלאַר) וועלן געבויט ווערן דורך דער פֿירמע „טיזען קראָפּ‟ און געבראַכט ווערן קיין ישׂראל במשך פֿון די קומעדיקע פֿינף יאָר, צוגעבנדיק די ישׂראלדיקע ים־כּוחות ממשותדיק מער פֿײַערקראַפֿט.

דײַטשלאַנד וועט דעקן 115 מיליאָן אייראָ פֿון די הוצאָות פֿאַרן פֿאַרקויף. ווי אַ טייל פֿון איר פֿאַרגיטיקונג, העלפֿט דײַטשלאַנד אָפֿט צו דעקן די הוצאָות פֿון מיליטערישער אויסשטאַטונג, ווי סובמאַרינען, פֿאַר ישׂראל.