ייִדישע ביכער געראַטעוועט אין מעקסיקע

Yiddish Books Saved in Mexico

עסטעלע אײַזנמאַן מיט די ייִדישע ביכער
Michael Yashinsky
עסטעלע אײַזנמאַן מיט די ייִדישע ביכער

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 30, 2015, issue of November 27, 2015.

דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ פּראָיעקט, צוזאַמען מיט דער ייִדישער טאָג־שול „קאָלעכיאָ איסראַעליטאַ דיי מעקסיקאָ־אָרט‟ אין דער שטאָט מעקסיקע צו סאָרטירן טויזנטער ייִדישע ביכער, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין אַ ביבליאָטעק אין דער שול, און זיי פּרעזערווירן. די ביכער, בסך־הכּל מער ווי 8,000 עקזעמפּלאַרן, האָט מען געדאַרפֿט צונעמען צוליב דעם, וואָס מע וועט אין גיכן רעמאָנטירן די שול־ביבליאָטעק און עס וועט פֿאַר זיי ניט בלײַבן קיין איבעריק פּלאַץ. דערצו, זענען די ביכער געווען אין אַ געפֿאַר, ווײַל די ביבליאָטעק ווערט צומאָל פֿאַרפֿלייצט, און געוויסע עקזעמפּלאַרן זענען שוין רויִנירט געוואָרן דורכן וואַסער.

„ס׳איז געווען אַ קאָלאַסאַלע אַרבעט‟, האָט דערקלערט מיכל יאַשינסקי, אַ סטיפּענדיאַנט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וואָס איז געפֿאָרן קיין מעקסיקע צוזאַמען מיט זײַן קאָלעגע קריסטאַ וויטני, אָפּצוראַטעווען די ביכער. קריסטאַ און מיכל האָבן איבערגעגעבן בעת אַן אומפֿאָרמעלן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז זיי האָבן דורכגעקוקט 250 ריזיקע קאַסטנס ביכער במשך פֿון פֿינף טעג. געוויסע ביכער, אַרום 3,000, וועלן אַריבערגעפֿירט ווערן אין אַ נײַעם „צענטער פֿאַר דאָקומענטאַציע‟ פֿון דער אַשכּניזישער ייִדישער קהילה אָדער בלײַבן אין אַנדערע ערטער אין מעקסיקע. ס׳רובֿ, אָבער, אַרום 5,000, וועלן אַוועקגעשיקט ווערן אין אַמהערסט. לויט יאַשינסקי, וועגן די 157 קאַסטנס ביכער, וואָס מע וועט שיקן קיין אַמהערסט, אַרום 8,500 פֿונט.

די „קאָלעכיאָ־איסראַעליטאַ־אָרט‟, נאָך אַלץ באַקאַנט צווישן די מעקסיקאַנער ייִדן ווי „די ייִדישע‟, האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ ריזיקע קאָלעקציע פֿון ייִדישע ביכער צוליב דעם, וואָס זי האָט דורות־לאַנג געלערנט ייִדיש אויף זייער אַ הויכן ניוואָ. אַפֿילו נאָך מיט אַ דור צוריק האָבן די תּלמידים געלייענט שלום־עליכם, דער „ניסתּר‟ און אַנדערע ייִדישע שרײַבער אויף ייִדיש, און האָבן געדאַרפֿט אַרומרעדן זייערע ווערק אויף מאַמע־לשון. כאָטש מע לערנט הײַנט מער ניט קיין ייִדיש, זענען דאָ הונדערטער יונגע גראַדואַנטן פֿון „דער ייִדישער שולע‟, וואָס קענען גאַנץ גוט לייענען און שרײַבן ייִדיש. אַ פּאָר פֿון זיי, בראָש מיט אַרטוראָ קערבל־שיין און טאַלי מאַרגאָלעס (וואָס האָט פֿאַרענדיקט אַן ענלעכע שול אויפֿן נאָמען פֿון י. ל. פּרץ), האָבן אָרגאַניזירט רעגולערע טרעפֿונגען פֿאַר יונגע־לײַט, וואָס מע האָט אַ נאָמען געגעבן „ייִדישע שטוב‟, אויף וועלכע מע האָט גערעדט ייִדיש און זיך געלערנט וועגן דער ייִדישער קולטור. פֿונעם פּראָיעקט „ייִדישע שטוב‟ איז לכתּחילה אויסגעוואַקסן די איניציאַטיוו צו טאָן עפּעס מיט די ביכער. שפּעטער האָבן עסטעלע אײַזנמאַן, אַ לאַנג־יאָריקע לערערקע אין „דער ייִדישער‟, צוזאַמען מיט ליאָראַ זימאַן, וואָס פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט צו רעמאָנטירן דער שולס ביבליאָטעק, פֿאַרבעטן דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ צו קומען און סאָרטירן די ביכער.

בעת אַן עפֿנטלעכער פּראָגראַם פֿאַר דער אַשכּניזישער קהילה, וואָס מע האָט פֿילמירט און אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟, האָבן ליאָראַ זימאַן, עסטעלע אײַזנמאַן און קריסטאַ וויטני דערקלערט אַ ריזיקן עולם פֿאַרזאַלמטע וועגן זייער אַרבעט מיט די ייִדישע ביכער. זימאַן האָט געגעבן דעם עולם צו פֿאַרשטיין, אַז כאָטש ס׳רובֿ פֿון די ביכער וועלן פֿאַרלאָזן מעקסיקע, וועט מען שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע ביבליאָטעק אין מעקסיקע מיט די ביכער, וואָס ווערן ניט אַוועקגעשיקט אין אויסלאַנד. דערצו הייבט מען אָן צו זאַמלען ייִדישע ביכער פֿון קהילה־מיטגלידער און מע וועט זיי שפּעטער אַוועקגעבן צו משפּחות אין דער קהילה דורך אַ פּראָגראַם, אין וועלכער געוויסע היימען וועלן „אַדאָפּטירן‟ ייִדישע ביכער.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.