פֿאַרוואָס דאַרפֿן די חסידים קענען ענגליש?

Why Should Hasidim Know English?

בײַ טויזנטער חסידים בלײַבט ייִדיש דאָס איינציקע נאַטירלעכע מאַמע־לשון
Courtesy of Mo Gelber
בײַ טויזנטער חסידים בלײַבט ייִדיש דאָס איינציקע נאַטירלעכע מאַמע־לשון

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 30, 2015, issue of November 27, 2015.

ייִדיש ווערט זעלטן דערמאָנט אָדער באַנוצט אויף דער באַקאַנטער פֿרומער וועבזײַט „וואָס איז נײַעס‟. נישט געקוקט אויפֿן נאָמען, פֿאַרזאַמלען זיך דאָרטן, על־פּי־רובֿ, ענגליש־רעדנדיקע חרדים, וואָס באַציִען זיך לאַוו־דווקא פּאָזיטיוו צו דער ייִדישער שפּראַך, און צומאָל באַטראַכטן עס אַפֿילו ווי אַ סימן פֿון דער חסידישער „גאווה‟, ווײַל אַ סך ייִדיש־שפּראַכיקע חסידים קוקן אַראָפּ אויף דעם אַמעריקאַניזירטן „ישיבֿישן‟ עולם און האַלטן, אַז בלויז זיי, די טאָג־טעגלעכע ייִדיש־רעדער, זענען די עכטע ערשט־קלאַסיקע ייִדן.

אַזוי צי אַזוי, איז דעם 26סטן אָקטאָבער די טעמע פֿון ייִדיש זיך יאָ באַוויזן אויף דער דאָזיקער וועבזײַט, און האָט אויף אַ ווײַל פֿאַרנומען אַ פּראָמינענט אָרט אין די דיסקוסיעס, אין שײַכות מיטן אַנומלטיקן סקאַנדאַל מיט אַ סאַטמאַרער מלמד אין וויליאַמסבורג, וועלכער האָט געפֿעלשט אַ שול־פֿאַרהער און דערקלערט לכתּחילה די יונגע חדר־ייִנגלעך, ווי אַזוי מע דאַרף אויסצופֿילן די אַנקעטעס, כּדי אַרויסצוּווײַזן דער אַמעריקאַנער רעגירונג די באַקאַנטשאַפֿט מיט ענגליש. אַ סך קינדער און אַפֿילו גענוג דערוואַקסענע אינעם דאָזיקן ראַיאָן רעדן צווישן זיך רק אויף ייִדיש און ווילן נישט לערנען די שפֿת־המדינה ווי געהעריק.

ס׳רובֿ קאָמענטאַטאָרן האָבן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿאַרטיידיקט דעם מלמד און באַמערקט, אַז ס׳איז נישט געווען באַרעכטיקט צו פֿילמירן שטילערהיים דעם לימוד און פֿאַרשפּרייטן עס אין דער פּרעסע, און אויף דער אינטערנעץ. אַ צאָל אַנדערע האָבן געטעהט, אַז פֿונעם קורצן ווידעאָ־פֿראַגמענט טאָר מען נישט מאַכן דעם אויספֿיר, אַז דער לערער האָט זיך נישט ריכטיק אויפֿגעפֿירט. אייניקע באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע האָבן חוזק געמאַכט פֿון די חסידים און זיך משער געווען, אַז דער חסידישער מלמד אַליין קען ענגליש נישט בעסער, ווי זײַנע 5־יאָריקע תּלמידים.

איין אַנאָנימער קאָמענטאַרטאָר האָט צוגעגעבן, אַז למעשׂה רעדן די ניו־יאָרקער חסידים גאַנץ גוט אויף ענגליש; אַז נישט, וואָלטן פֿאַרשיידענע אַלגעמיינע פֿירמעס פֿאָרגעלייגט אינפֿאָרמאַציע אויף ייִדיש אָדער לשון־קודש. דאָס איז, אַוודאי, אַ נאַרישע טענה. אויף געוויסע מעטראָ־סטאַנציעס, אין די געריכט־הײַזער און אַנדערע אָפֿיציעלע פּלעצער אין ניו־יאָרק לייגט מען יאָ פֿאָר אָפֿיציעלע ייִדיש־איבערזעצער אָדער ייִדישע אויפֿשריפֿטן אין די בילעט־מאַשינען. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען אין ניו־יאָרק פֿאַראַן גאַנצע אימיגראַנטישע קוואַרטאַלן, וווּ דער עולם קאָן נישט צונויפֿשטעלן ריכטיק אַ פֿראַזע פֿון דרײַ ענגלישע ווערטער. אין טשײַנאַטאַון קאָנען אַ סך כינעזער געווינען דעם פֿאַרמעסט מיט די חסידים אינעם דאָזיקן געביט.

דערווײַל, דעם 29סטן אָקטאָבער, האָט די דיסקוסיע זיך געשלאָסן מיט אַן אַנדער קאָמענטאַר, לויט וועלכן בלויז די שפּראַכן מיט די גרעסטע צאָלן רעדער — אין אַמעריקע איז עס ענגליש און שפּאַניש — האָבן אַן אָפֿיציעלן אָדער כּמו־אָפֿיציעלן סטאַטוס. דאָס איז טאַקע אמת, אָבער עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: פֿאַרוואָס דאַרפֿן די שפּראַכן זיך בכלל פֿאַרמעסטן אין דער וועלט? הגם מע טאָר נישט פֿעלשן די שול־אַנקעטעס, האָט יעדע גרופּע דאָס נאַטירלעכע רעכט צו באַנוצן זיך אין אַלע ספֿערעס פֿונעם לעבן מיט איר אייגענער שפּראַך. אַדרבה, הלוואַי זאָלן מער לייקוווּדער באַזוכער פֿון „וואָס איז נײַעס‟ זיך ווענדן איינער צום צווייטן מיט דער דאָזיקער פֿראַזע און באַטראַכטן ענגליש ווי זייער צווייטע שפּראַך.