דער סוד פֿון רויטע בענדלעך

The Secret of Red Strings

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 01, 2015, issue of November 27, 2015.

דער באָסטאָנער זשורנאַל „אַטלאַנטיק‟ האָט דעם 29סטן אָקטאָבער פֿאַרעפֿנטלעכט אויף זײַן וועבזײַט אַ פֿראַגע פֿון עמאַ גרין, די פֿאַרוואַלטונג־רעדאַקטאָרין, וועלכע שרײַבט אויך אַרטיקלען וועגן רעליגיע און קולטור, וועגן אַ מיסטעריעזער פֿראַזע אויף ייִדיש. דעם זעלבן טאָג האָט ד״ר עליזאַבעט יוקאָ, אַ ספּעציאַליסטקע אין ביאָ־עטיק פֿונעם פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם זשורנאַל אַן אַרטיקל, וווּ זי דערמאָנט דעם מינהג פֿון געוויסע פֿרומע ייִדן צוצובינדן אַ רויטן פֿאָדעם אויף דער האַנט פֿון נײַ־געבוירענע קינדער, כּדי זיך ראַטעווען פֿון עין־הרע. יוקאָ גיט איבער, אַז מיט 50 יאָר צוריק האָבן די ייִדישע תּושבֿים פֿונעם ברוקלינער ראַיאָן קאָני־אײַלענד גערופֿן אַזאַ סגולה nachora bendel.

אין איר נאָטיץ, באַטיטלט „העלפֿט! מיר רעדט נישט קיין ייִדיש!‟, באַקלאָגט זיך גרין, אַז איר האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אויסצופֿאָרשן דעם באַדײַט פֿון דער דאָזיקער פֿראַזע. לויטן „גוגל‟, ווערט עס דערמאָנט אין דער פּרעסע בלויז אין איין אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אַמאָל אינעם זשורנאַל „ניו־יאָרקער‟, ווי אויך אין צוויי אַנדערע קוואַלן, וואָס פֿאַררופֿן זיך אויפֿן זעלבן אַרטיקל. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס מוז זײַן אַ ייִדישע, און נישט אַ העברעיִשע פֿראַזע, ווײַל „בענדל‟ קלינגט נאָענט צו „בינדל‟, און אַזאַ ייִדיש וואָרט טרעפֿט זיך יאָ אין די אינטערנעץ־ווערטערביכער. וואָס מיינט אָבער „נאַכאָראַ‟? די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל הייבט נישט אָן צו וויסן און בעט אַקאַדעמיקער, מקובלים, ייִדישיסטן און סתּם מומחים צו לייזן די דאָזיקע קשיא.

פֿאַר אַ ייִדיש־קענער איז עס, אַוודאי, נישט קיין גרויסער סוד. אין אַ טייל גערעדטע ייִדישע דיאַלעקטן רעדט מען אויס דאָס וואָרט „עין־הרע‟ ווי „נעהאָרע‟. אַ צאָל אַנדערע ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש, פֿאַרלירט דעם אָנהייב־וואָקאַל לויטן זעלבן פֿאָנעטישן פּרינציפּ. אַן עבֿירה ווערט, צום בײַשפּיל, „אַ נעוויירע‟. די, וואָס קאָנען נישט קיין ייִדיש, וואָלטן אויך נישט געקאָנט געפֿינען אַזאַ וואָרט אין אָפֿיציעלע ווערטערביכער.

מסתּמא, האָט דער אויסטערלישער אויסלייג פֿון דער פֿראַזע צו טאָן מיט היפּערקאָרעקציע. ווי באַלד אין די געוויינטלעכע ענגלישע ווערטער טרעפֿט זיך נישט דער קלאַנג „כ‟, האָט מען עס אַרײַנגעשטעלט, כּדי צוצוגעבן דעם אויסדרוק אַ מער „ייִדישלעכן‟ טעם. אַזוי אַרום איז פֿון „עין־הרע‟ געוואָרן „נאַכאַָראַ‟. צום פֿאַרגלײַך, קאָן מען דערמאָנען אַן טשיקאַוון בײַשפּיל. אַ טייל הײַנטיקע חסידישע ייִדיש־רעדער גלייבן, אַז ס׳איז נישט ריכטיק צו זאָגן „קאָניאַק‟, ווײַל אויף פֿראַנצויזיש מוז די דאָזיקע משקה קלינגען „קאָניע‟. געוויסע קאָנסאָנאַנטן פֿאַלן טאַקע אָפּ בײַם סוף פֿון פֿראַנצויזישע ווערטער; אין דעם פֿאַל איז עס אָבער אַ היפּערקאָרעקציע. לויטן זעלבן פּרינציפּ, טראַכטן אַ טייל ענגליש־רעדער, אַז אין „עכטע‟ ייִדישע ווערטער ווערט אַ „חית‟ באַנוצט אַנשטאָט אַ „הא‟.

אַזוי צי אַזוי, האָט זיך די רעדאַקטאָרין פֿון „אַטלאַנטיק‟ ריכטיק משער געווען, אַז די טראַנסקריפּציע מוז זײַן פֿאַרקריפּלט. לכל־הפּחות, זענען אין אונדזער שפּראַך נישטאָ קיין קלאַנגען, וואָס האָבן בכלל נישט קיין עקוויוואַלענט אין ענגליש. אַן ענלעכע פֿראַזע אויף אַראַביש אָדער כינעזיש וואָלט געקאָנט טאַקע זײַן אַ גרויסע רעטעניש. און וואָס שייך די רויטע סגולה־בענדלעך פֿונעם „מאַמע רחלס קבֿר‟ אין בית־לחם, בלײַבן זיי נאָך אַלץ פּאָפּולער, לאַוו־דווקא צווישן די פֿרומע. אַדרבה, צוליב דעם הײַנטיקן מאַסן־אינטערעס צו קבלה, טראָגן אַפֿילו געוויסע נישט־ייִדישע „שטערן‟ אַזאַ עין־הרע־בענדל.