„די ברידער נאַזאַראָף“: די זעלבסט־פּראָקלאַמירטע יורשים פֿון אַן אַמאָליקן ייִדישן כּלי־זמר

The Brothers Nazaroff: the Self-Proclaimed Heirs of a Past Jewish Musician

די גרופּע „די ברידער נאַזאַראָף“
די גרופּע „די ברידער נאַזאַראָף“

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 01, 2015, issue of November 27, 2015.

זונטיק דעם 25סטן אָקטאָבער האָט אַ גרויסער עולם זיך פֿאַרזאַמלט אינעם „אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער היים“ [The Ukranian National Home], אויף דער צווייטער אַוועניו, כּדי צו פּראַווען די לאַנצירונג פֿון אַ נײַעם קאָמפּאַקטל: The Happy Prince [דער פֿריילעכער פּרינץ]. דאָס קאָמפּאַקטל שטעלט פֿאָר נײַע רעקאָרדירונגען פֿון אַמאָליקע „פֿריילעכע ייִדישע לידער“, וואָס זענען לכתּחילה רעקאָרדירט פֿון נתן „פּרינץ“ נאַזאַראָף. צוליב דער אַרבעט פֿון די הײַנטיקע ייִדישע כּלי־זמרים, באַוווּסט ווי „די ברידער נאַזאַראָף“ [The Brothers Nazaroff], האָבן די לידער ווידער אויפֿגעלעבט נאָך איבער זעכציק יאָר זינט זיי זענען אַרויס צום ערשטן מאָל.

זייער ווינציק פּרטים זענען פֿאַראַן וועגן נתן „פּרינץ“ נאַזאַראָף, אַחוץ דעם, וואָס ער איז געווען אַ רוסישער ייִד, וואָס האָט כּלומרשט אימיגרירט קיין אַמעריקע אין 1914. די מיסטעריע פֿון דער דאָזיקער פֿיגור האָט אינספּירירט די כּלי־זמרים מיישקע אַלפּערט (מיישקע נאַזאַראָף: גיטאַר), דניאל קאַהן (דאַניק נאַזאַראָף: זינגער, האַרמאָניע־שפּילער), פּסוי קאָראָלענקאָ (פּאַשאַ נאַזאַראָף: זינגער, טומלער), באָב כּהן (זייליק נאַזאַראָף, מאַנדאָלין־שפּילער און פֿידלער), דזשייק שולמאַן־מענט (יאַנקל נאַזאַראָף: זינגער, פֿידלער) און האַמפּוס מעלין (העמפּל נאַזאַראָף: פּויקלער), צו גרינדן די קאַפּעליע „די ברידער נאַזאַראָף“. די גרופּע איז באַזירט אויפֿן געדאַנק, אַז די מיטגלידער, וואָס זענען שוין געווען לאַנגצײַטיקע אָנהענגער פֿון נאַזאַראָף, פֿילן זיך נאָענט צו אים, אַזוי ווי מע קען זיך פֿילן מיט אַ קרובֿ. „מיר זענען זײַן משפּחה איצט“, האָט דניאל „דאַניק נאַזאַראָך“ קאַהן איבערגעגעבן צו דעם עולם, „איז לאָמיר טאַנצן און זיך פֿרייען.“

בפֿרט צוציִען צו דעם עולם איז געווען דער פֿריילעכער סטיל פֿון די לידער, וואָס שטימען פּינקטלעך מיט דער שטימונג פֿון אַ שענק. אין דעם ביכל צום קאָמפּאַקטל טענהט מײַקל וועקס, דער מחבר פֿון דעם פּאָפּולערן בוך, Born To Kvetch, אַז, „אויב עס וואָלטן געווען ייִדישע שענק־קאַפּעליעס אין אַמעריקע אין די פֿריִערדיקע 1950ער יאָרן, וואָלטן זיי געקלונגען פּונקט אַזוי ווי די קאַפּעליע“. ס׳איז קלאָר, אַז די „ברידער נאַזאַראָף‟ האָבן געכאַפּט דעם קלאַנג פֿון דעם שפּילעוודיקן און וווילערישן גײַסט פֿון נאַזאַראָף, אַרײַנאָטעמענדיק פֿרישע לופֿט אין דער מוזיק. קודם־כּל, באַווײַזט דאָס קאָמפּאַקטל, אַז אונדזערע הײַנטיקע קלעזמאָרים זענען בכּוח מחיה־מתים צו זײַן אַזעלכע אַמאָליקע לידער.