ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 02, 2015, issue of November 27, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

לטובֿת דעם שלום

איצי טוּװל, אַ סידנעיער תּלמיד, איז געגאַנגען צו פֿוס אַכט שעה נאָך אַנאַנד, פֿונעם לאָקאַלן ישיבֿה־צענטער ביזן לאַקעמבע מעטשעט, לטובֿת דעם שלום צװישן ייִדן און מוסולמענער. אַ גרופּע ייִדן און מוסולמענער איז מיטגעגאַנגען מיט אים. זײ האָבן געבראַכט װאַסער און אַ ברכה פֿונעם צענטער ביזן מעטשעט, װוּ אַ שײך, אַ רבֿ און אַ גלח האָבן זײ אױפֿגענומען. טוּװל זאָגט, אַז ער האָט געװאָלט װײַזן אַ בײַשפּיל פֿאַר בײדע רעליגיעזע גרופּירונגען, און פּלאַנירט צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט זײַנע נײַע באַקאַנטע.

דער נײַער הױפּט־װיסנשאַפֿטלער איז אַ ייִד

ד״ר אַלען פֿינקעל
ד״ר אַלען פֿינקעל

דער פּרעמיער־מיניסטער, מעלקאָלם טורנבול, האָט געמאָלדן, אַז אױסטראַליעס נײַער הױפּט־װיסנשאַפֿטלער װעט זײַן ד״ר אַלען פֿינקעל. פֿינקעל, װאָס האָט ביז אַהער געדינט װי דער קאַנסעלאָר פֿון מאָנאַש־אוניװערסיטעט אין מעלבורן, איז סײַ אַן אינזשעניר, סײַ אַ נעווראָ־װיסנשאַפֿטלער. ער איז דער פּרעזידענט פֿון דער אױסטראַלישער אַקאַדעמיע פֿון טעכנאָלאָגישע װיסנשאַפֿטן און אינזשינעריע. עס איז באַװוּסט, אַז ער װיל מאַכן אַ סוף צום ברענען קױל, כּדי צו שאַפֿן ענערגיע דורכן באַנוצן זיך מיט רעסורסן, װעלכע זײַנען פֿעיִק באַנײַט צו װערן. פֿינקעל האַלט, אַז דאָס װײַטערדיקע אַנטװיקלען די פֿאָרש־אַרבעט װעט דערפֿירן צום פֿאַרבעסערן די אױסטראַלישע עקאָנאָמישע הצלחה און איר פּראָדוקטיװקײט.

יצחק ראַבינס יאָרצײַט אָפּגעמערקט אין מעלבורן

העכער 200 מענטשן זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אין מעלבורן אינעם טאָג פֿון יצחק ראַבינס 20סטער יאָרצײַט. אַ װײַט־רעכט געשטימטער אַקטיװיסט האָט אים דערשאָסן דעם 4טן נאָװעמבער, 1995, װי אַ פּראָטעסט קעגן די אָסלאָ־אָפּמאַכן צװישן מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער. רעדנערס האָבן אויפֿגעטראָטן אין די לאָקאַלע ציוניסטישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס און לאָקאַלע אַלגעמײנע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס.