די נעכט פֿון אַמאָל — נײַער מוזיק־ווידעאָ

Those Nights — A New Yiddish Music Video

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 03, 2015, issue of November 27, 2015.

ס׳איז זעלטן הײַנט, וואָס עמעצער זאָל שאַפֿן אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ צו באַגלייטן אַ ייִדישן ליד, בפֿרט מחוץ דער חסידישער וועלט. לעצטנס איז אָבער אָנגעקומען צו אונדז אַ פֿילם, וואָס מע האָט געשאַפֿן צו באַגלייטן וואָלף קראַקאָווסקיס נוסח פֿון אַ רוסישן ליד וועגן די פּאַרטיזאַנער, איבערגעזעצט אויף ייִדיש. דאָס ליד, „די נעכט פֿון אַמאָל‟, האָט לכתּחילה אָנגעשריבן יעווגעני יעווטושענקאָ. די ייִדישע איבערזעצונג איז פֿון משה סחר, און איז געווען איינס פֿון די לידער וואָס דער ישׂראלדיקער זינגער דוד עשת האָט געזונגען אויף דער פּאָפּולערער פּלאַטע פֿון די 1970ער יאָרן „די פֿאַרבאָטענע לידער‟.

וואָלף קראַקאָווסקי איז דער ייִדיש־וועלט צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַנע אויפֿפֿירונגען פֿון ייִדישע לידער געזונגען אין אַ „ראָק‟־, „בלוז‟־ און צומאָל אַפֿילו „רעגיי‟־סטיל. זײַנע אַלבאָמען „גילגול‟ (1997) און „גורל‟ (2002) זענען פּאָפּולער צווישן די אָנהענגער פֿון „וועלט־מוזיק‟ און דינען ווי אַ זעלטענער מוסטער פֿון „בלוז‟־מוזיק אויף ייִדיש. אַ קינד פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, איז קראַקאָווסקי געבוירן געוואָרן אין אַ פּליטים־לאַגער אין עסטרײַך און איז אויפֿגעוואַקסן אין טאָראָנטאָ. ער האָט שפּעטער געאַרבעט ווי אַן אַקטיאָר, סטאָליער, גיטאַר־מאַכער און אַ „בלוז‟־גיטאַריסט, ווי אויך אַן אינטערוויויִרער פֿאַרן „שואה‟־פּראָיעקט.

פֿון זײַן אַלבאָם „גילגול‟ איז צום מערנסטנס באַקאַנט זײַן נוסח פֿון שמערקע קאַטשערגינסקיס ביטער קלאָגליד „פֿרילינג‟, וואָס דער ווילנער פּאַרטיזאַנער האָט אָנגעשריבן נאָכן טויט פֿון זײַן פֿרוי אינעם ווילנער געטאָ. די שווערע טעמאַטיק געפֿינט אַ תּיקון אין קראַקאָווסקיס שווערן „בלוז‟־נוסח מיט זײַן באַסאָווען קול, וואָס קלינגט צומאָל ווי אַ וואָרטש פֿון אַ פֿאַרוווּנדערטער חיה. אָט זינגט ער דאָס ליד בעתן יערלעכן קאָנצערט לזכר חנה קופּער, וואָס מע האָט געמאַכט אין ניו־יאָרק דעם 22סטן דעצעמבער 2012.

אויך כּדאַי צו הערן איז זײַן נוסח פֿון אַהרן צײַטלינס „דאָנאַ־דאָנאַ‟.