סװעטלאַנאַ אַלעקסיעװיטש און די ייִדישע טעמע אין איר שאַפֿונג

Svetlana Alexievich and the Jewish Themes in her Work

די ווײַסרוסישע זשורנאַליסטקע און שרײַבערין סוועטלאַנאַ אַלעקסיעוויטש קומט אָן אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ צוויי טעג נאָך דעם, וואָס זי האָט געוווּנען דעם הײַיאָריקן „נאָבעל־פּריז‟ פֿאַר ליטעראַטור
Getty Images
די ווײַסרוסישע זשורנאַליסטקע און שרײַבערין סוועטלאַנאַ אַלעקסיעוויטש קומט אָן אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ צוויי טעג נאָך דעם, וואָס זי האָט געוווּנען דעם הײַיאָריקן „נאָבעל־פּריז‟ פֿאַר ליטעראַטור

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 04, 2015, issue of November 27, 2015.

אין רוסלאַנד איז די באַלױנונג פֿון דער „נאָבעל־פּרעמיע‟ דער שרײַבערין סװעטלאַנאַ אַלעקסיעװיטש באַגריסט געװאָרן מיט אַ סך ביטול מצד דער נאַציאָנאַליסטישער אינטעליגענץ. מען האָט זי באַשולדיקט אין „רוסאָפֿאָביע‟, שׂינאה צו רוסלאַנד און צום רוסישן פֿאָלק. אײניקע קריטיקער און שרײַבער האָבן אַפֿילו געטענהט, אַז אַלעקסיעװיטש איז בכלל ניט קײן שרײַבערין, נאָר אַ זשורנאַליסטקע. אָבער װען מען לײענט אירע װערק, איז עס שװער צו געפֿינען װאָסער־ניט־איז שפּורן פֿון „רוסאָפֿאָביע‟. מען קאָן זי אפֿשר חושד זײַן אין אַ געװיסער „סאָװעטישקײט‟, אַ נטיה צו סענטימענטאַלער פּאַטעטיק; אָבער די סאָװעטישע נאָסטאַלגיע איז הײַנט אין דער מאָדע צװישן די רוסישע נאַציאָנאַליסטן, און דאַכט זיך, זײ װאָלטן געדאַרפֿט לױבן אַלעקסיעװיטש פֿאַר איר קאָנסערװאַטיװן טעם.

דער באַגריף „רוסאָפֿאָביע‟ איז פּאָפּולער געװאָרן אין דער רוסישער נאַציאָנאַליסטישער סבֿיבֿה אין די 1980ער יאָרן, נאָכן בוך פֿונעם באַרימטן רוסישן מאַטעמאַטיקער איגאָר שאַפֿאַרעװיטש. שאַפֿאַרעװיטש האָט געטענהט, אַז דאָס גרױסע רוסישע פֿאָלק איז פֿאַרשקלאַפֿט געװאָרן דורך אַ געװיסן „קלײנעם פֿאָלק‟, װאָס האָט פֿאַרכאַפּט אַלע פֿירנדיקע פּאָזיציעס נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע. דאָס דאָזיקע „קלײנע פֿאָלק‟ הערשט אױך איבער די מערבֿדיקע ליבעראַלע דעמאָקראַטיעס און צװינגט זײ צו האַסן רוסלאַנד. מען דאַרף ניט זײַן קײן גרױסער חכם, כּדי צו טרעפֿן, אַז מײנען מײנט דאָס טאַקע ייִדן. זינט דעמאָלט איז דאָס װאָרט „רוסאָפֿאָב‟ געװאָרן אַ מין במקום פֿאַר „ייִד‟.

אָבער װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אַלעקסיעװיטש צו ייִדן? איר טאַטע איז געװען אַ װײַסרוס, אַ סאָװעטישער אָפֿיצער, װאָס האָט געדינט נאָך דער מלחמה אין גאַליציע, װוּ די סאָװעטן האָבן ממשיך געװען זײער געראַנגל קעגן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן. די מאַמע אירע האָט געשטאַמט דװקא פֿון יענע מקומות און אַ סבֿרה, אַז אירע קרובֿים זײַנען אױך געװען צװישן די נאַציאָנאַליסטישע אוקראַיִנישע מיליטאַנטן. קײן ספּעציעלן אינטערעס צו דער ייִדישער טעמע האָט אַלעקסיעװיטש אױך קײן מאָל ניט אַרױסגעװיזן. מען קאָן אַפֿילו טענהן פֿאַרקערט, אַז זי שענקט צו װײניק אױפֿמערק צו דעם ייִדישן חורבן, בפֿרט װען זי שרײַבט װעגן װײַסרוסלאַנד. אַזױ אַרום, אױב מען װיל טאַקע זײַן קריטיש, קאָן מען זאָגן, אַז איר סטיל, טעמאַטיק און אַפֿילו װעלטבאַנעם זײַנען צו קאָנסערװאַטיװ אין אַן אַלטן, „סאָװעטישן‟ זין.

לױט איר אָפּשטאַם און דערציִונג איז אַלעקסיעװיטש טאַקע אַ טיפּישער פּראָדוקט פֿון דער סאָװעטישער קולטור. זי האָט געלעבט אין אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד, אָבער איר שפּראַך איז רוסיש. זי דערקלערט, אַז דאָס איז געװען די שפּראַך פֿון אירע העלדן, סאָװעטישע מענטשן. זי איז פֿאַרטאָן אין אַ ריזיקן פּראָיעקט פֿון צונױפֿשטעלן אַ קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿונעם סאָװעטישן פֿאָלק אין די קריטישע מאָמענטן פֿון זײַן עקזיסטענץ, אַ מין פֿילשטימיקע „אָראַטאָריע‟. דעם דאָזיקן באַגריף האָט זי איבערגענומען בײַ איר ליטעראַרישן רבי, דעם װײַסרוסישן שרײַבער אַלעס אַדאַמאָװיטש. אַדאַמאָװיטשעס װערק דערצײלן װעגן די לײַדן פֿון װײַסרוסישן פֿאָלק בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, װען דאָס דאָס לאַנד האָט פֿאַרלױרן אַנדערטהאַלבן מיליאָן מענטשן פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון נײַן מיליאָן. אַ האַלב־מיליאָן פֿון די קרבנות זײַנען געװען ייִדן.