ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 03, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און אַז סע גייט שוין די רייד וועגן בית־עולמס, איז כּדאי צו דערמאָנען, אַז נישט אַלע ייִדן ליגן אויפֿן ייִדישן בית־עולם. דער מיליטערישער בית־עולם איז דאָס לעצטע רו־אָרט פֿון עטלעכע גרויסע ייִדן, וואָס האָבן קיין מאָל נישט אויסבאַהאַלטן זייער ייִדישן אָפּשטאַם, אָבער נישט געהאַט קיין שום קאָנטאַקט מיט דער ייִדישער אמונה אָדער לעבנס־שטייגער. יוליאַן טובֿים, למשל, דער גרעסטער פּוילישער מאָדערנער פּאָעט, ליגט אויפֿן מיליטערישן בית־עולם.

אויפֿן זעלבן בית־עולם ליגט אויך יעזשי זאַגורסקי, וואָס איז געווען אַ פּוילישער פּאָעט. מיר דערמאָנען אים דאָ, ווײַל אויף זײַן מצבֿה ווערט דערמאָנט נאָר איין פֿאַקט — זאַגורסקי, דערציילט אונדז די מצבֿה, איז געווען אַ חסיד אומות־העולם. דאָס איז נאָך אַ באַווײַז, אַז די אויסצייכענונג פֿון „יד־ושם‟ מאַכט אַ געוואַלדיקן רושם אין פּוילן. זאַגורסקי און זײַן פֿרוי האָבן געראַטעוועט ייִדישע חבֿרים און פֿרײַנד. די טאַטע-מאַמע פֿונעם גרויסן שעקספּיראָלאָג יאַן קאָט זענען געווען צווישן זיי.

ראָמאַן פּאָלאַנסקי וועט נישט אַרויסגעשיקט ווערן

פּוילן האָט אַ נײַע רעכטע רעגירונג. יאַראָסלאַוו קאַטשינסקי, דער ראש פֿון דער אַזוי גערופֿענער „געזעץ־ און גערעכטיקײט־פּאַרטיי‟, האָט זיך אַרויסגעזאָגט, אַז לויט אים, וואָלט פּוילן יאָ געדאַרפֿט איבערגעבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן דעם גרויסן פּוילישן ייִדישן רעזשיסאָר, ראָמאַן פּאָלאַנסקי, ער זאָל שטיין דאָרט פֿאַר אַן אַמעריקאַנער געריכט.

ס׳איז נישט קיין סוד, אַז אין די רעכטע קרײַזן האָט מען טענות צו פּאָלאַנסקין, אַז זײַן פֿילם, „דער פּיאַניסט‟, באַשרײַבט די פּאָליאַקן נישט אַלעמאָל אין גאַנצן פּאָזיטיוו. אַ טייל פֿון די פּאָליאַקן, טענהט מען דאָ, ווערן אַפֿילו געשילדערט ווי אַנטיסעמיטן אָדער סתּם אָפּאָרטוניסטן און שווינדלער. הייסט עס, אַז אין די נאַציאָנאַליסטישע קרײַזן דאָ האָט מען פּאָלאַנסקין נישט איבעריק ליב.

דער געריכט אין קראָקע האָט אָבער באַשלאָסן, אַז פּוילן וועט נישט עקסטראַדירן דעם רעזשיסאָר. „דאָס וואָלט נישט געווען אין הסכּם מיט די תּקנות פֿונעם אייראָפּעיִשן געריכט אין סטראַסבורג‟, — האָט דער פּוילישער ריכטער געזאָגט. דער 82־יאָריקער רעזשיסאָר איז אַנטלאָפֿן פֿון אַמעריקע מיט 37 יאָר צוריק. אַ מינדער־יאָריק מיידל האָט אים דעמאָלט באַשולדיקט אין סעקסועלע פֿאַרברעכנס. פּאָלאַנסקי האָט דעמאָלט נישט געוואַרט אויפֿן פּסק פֿונעם אַמעריקאַנער געריכט און פֿאַרלאָזט אויף אַן אומלעגאַלן אופֿן די פֿאַראייניקטע שטאַטן.