אַקטיוויזם אַרום דעם איראַקישן ייִדיש־אַראַביש

Iraqi Judeo-Arabic Attracts Thousands of Activists

אַ סצענע פֿונעם ייִדיש־אַראַבישן פֿילם „דער טויבן־טרײַבער‟
אַ סצענע פֿונעם ייִדיש־אַראַבישן פֿילם „דער טויבן־טרײַבער‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 06, 2015, issue of November 27, 2015.

אין סעפּטעמבער איז ניפֿטר געוואָרן וויליאַם עליאַס, דער געוועזענער דירעקטאָר און הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם „ישׂראלדיקן מוזיקאַלישן אינסטיטוט‟. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1961, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער ערנסטער אַקאַדעמישער מוזיק אינעם לאַנד. אַחוץ דער מוזיקאַלישער טעטיקייט, האָט עליאַס במשך פֿון 20 יאָרן געאַרבעט איבער גאָר אַן אַנדער גרויסן פּראָיעקט: אַ גרויסע ענציקלאָפּעדיע פֿון דער שפּראַך, מינהגם און לעבן פֿון די ייִדישע קהילות אין איראַק. זײַן משפּחה האָפֿט איצט צו געפֿינען געלט, כּדי צו פֿאַרענדיקן און אַרויסגעבן זײַן ריזיק ווערק, וואָס באַשטייט פֿון בערך 15,000 אַרטיקלען אויף 1,500 זײַטן, צונויפֿגעשטעלט מיט דער הילף פֿון 20 קאָנסולטאַנטן.

דער ענציקלאָפּעדיע־פּראָיעקט ווערט דערמאָנט אין אַ אַרטיקל פֿון לין יוליוס, וועלכער איז דערשינען דעם 19טן אָקטאָבער אין „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟, באַטיטלט „ברכות און קללות אויף ייִדיש־אַראַביש‟. די מחברטע דערציילט, אַז ווען זי איז געוואַקסן אין אַ משפּחה פֿון איראַקישע ייִדן, וועלכע האָבן גערעדט צווישן זיך אויף אַראַביש, האָט זי געמיינט, אַז די שפּראַך פֿון אירע טאַטע־מאַמע באַשטייט דורכאויס פֿון זאַפֿטיקע און שאַרפֿע זידל־ווערטער.

די קאָמפּליצירטע אַראַבישע גראַמאַטיק, מיט פֿאַרשיידענע ווערב־פֿאָרעמס, פּרעפֿיקסן און סופֿיקסן, דערמעגלעכט אין איין וואָרט, „וואַקאַמאַזאַלעם‟, אויסדריקן די קללה „זאָלסטו בלײַבן אָן מזל‟. אין פֿאַרגלײַך מיט דער מערבֿדיקער קולטור, וווּ סאָוועס ווערן אַסאָציִיִרט מיט חכמה, האָט דער עפּיטעט „בומאַ‟ — אַ סאָווע — געמיינט אין איר משפּחה דווקא אַ גאַנצן אידיאָט.

אין איר אַרטיקל, מאַכט יוליוס אַ סתּירותדיקן אויספֿיר. זי דערקלערט, אַז הגם אַלץ מער מענטשן אינטערעסירן זיך הײַנט מיט די ייִדישע דיאַלעקטן פֿון איראַק, און הגם מער ווי 17,300 ישׂראלים האָבן זיך באַטייליקט אין אַ ספּעציעל זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן דעם איראַקישן ייִדיש־אַראַביש, „וועט די שפּראַך אָפּשטאַרבן צוזאַמען מיט די לעצטע ייִדן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין די אַראַבישע לענדער‟.

ס׳זעט אויס, אַז די מחברטע חזרט איבער דעם זעלבן סטערעאָטיפּ, וואָס געוויסע אַשכּנזישע ייִדן דרוקן אויס וועגן ייִדיש. די קינדער פֿאַרגעדענקען צום בעסטן, די קללות און אַנדערע „קאָליריקע‟ ווערטער פֿון זייערע באָבע־זיידעס; דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די שפּראַך פֿון זייערע אָבֿות איז אַ „זשאַרגאָן‟, וואָס טויג בלויז אויף זילדערײַ אין קיך. דערצו, איז נישט ריכטיק צו באַטראַכטן אַלע פֿאָרעמס פֿון ייִדישן אַראַביש ווי איין שפּראַך. די צפֿון־אַפֿריקאַנער, מיטל־עלטערלעכע דיאַלעקטן שיידן זיך אונטער גאַנץ שטאַרק איינער פֿונעם צווייטן. אַן אַראַביש־רעדנדיקער איראַקער ייִד קאָן בכלל נישט פֿאַרשטיין אַ מאַראָקאַנער, און דער תּימנער דיאַלעקט איז גאַנץ אַנדערש אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע. ס׳איז אויך כּדאַי צוצוגעבן, אַז די ייִדישע געשיכטע אין דער אַראַבישער וועלט האָט זיך נאָך נישט פֿאַרענדיקט. אין מאַראָקאָ און טוניס זענען פֿאַראַן ממשותדיקע ייִדישע קהילות.

אַזוי צי אַזוי, איז אין 2014 אַרויס דער ערשטער פֿילם אויפֿן באַגדאַדער ייִדיש־אַראַביש, „מפֿריח־היונים‟ („דער טויבן־טרײַבער‟) פֿונעם ישׂראלדיקן רעזשיסאָר ניסים דיין. מיט אַ יאָר צוריק, האָט וויליאַם עליאַס באַוויזן צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ קליינעם טייל פֿון זײַן ענציקלאָפּעדיע, וווּ ער דערקלערט פֿאַרשיידענע ספּעציפֿישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס בײַ די איראַקישע מוסולמענער זענען נישט בנימצא. אַ ריי אַלטע ספֿרים אויפֿן באַגדאַדער ייִדיש־אַראַביש האָט מען לעצטנס אויסגעשטעלט אויף דער וועבזײַט Hebrewbooks. דאָס דערמאָנטע „פֿייסבוק‟־זײַטל איז פֿול מיט יונגע שפּראַך־אַקטיוויסטן, וואָס רופֿן זייער לשון פּשוט „איראַקיש‟ („שׂפֿה עיראַקית‟). אַדרבה, עס זעט אויס, אַז אַרום דעם מאַמע־לשון פֿון באַגדאַדער ייִדן וואַקסט איצט אַן אַנאַלאָג פֿון ייִדישיזם. הלוואַי זאָלן די ייִדישיסטישע זײַטלעך צוציִען אַזויפֿיל ענטוזיאַסטן.