פּראָגראַם לזכר בנימין הרשבֿ ז״ל בײַם „ייִוואָ‟

Memorial Program for Dr. Benjamin Harshav z״l at YIVO

בנימין הרשבֿ
בנימין הרשבֿ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 08, 2015, issue of November 27, 2015.

דעם 23סטן אַפּריל איז אַוועק אין דער אייביקייט דער גרויסער ליטעראַטור־פֿאָרשער, שרײַבער, איבערזעצער און פּאָעט בנימין הרשבֿ (פֿון דער היים (הרושאָווסקי). כאָטש הרשבֿ איז צום מערסטנס באַקאַנט ווי אַ גדול פֿון פּאָעזיע־שטודיעס און פֿאַר זײַנע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, איז ער אויך געווען ספּעציעל באַליבט דורך זײַנע סטודענטן ווי אַ פּראָפֿעסאָר, וואָס איז שטענדיק געווען גרייט זיך צו טרעפֿן מיט זיי. גרשון (דזשאָש) פּרײַס, וואָס אַרבעט הײַנט אויף אַ דאָקטאָראַט אין ייִדיש־שטודיעס אין „קאָלומביע‟, איז געווען איינער פֿון ד׳׳ר הרשבֿס לעצטע אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון ייִדיש אין „יעיל־אוניווערסיטעט‟. פּרײַס האָט אָנגעשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟, אונדז צו לאָזן וויסן וועגן אַ הזכּרה־פּראָגראַם בײַם „ייִוואָ‟, אויף וועלכן מע וועט באַערן דעם אָנדענק פֿון זײַן מדריך, ד׳׳ר הרשבֿ.

אַחוץ גרשון פּרײַס וועלן אויך אויפֿן אָוונט אויפֿטרעטן אַ רײַ רעדנער, צווישן זיי ד׳׳ר הרשבֿס אַלמנה ד׳׳ר באַרבאַראַ הרשבֿ, מיט וועמען ער האָט מיטגעאַרבעט אויף אַ סך פּראָיעקטן, אַרײַנגערעכנט זייערע באַקאַנטע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער פּאָעזיע. עס וועלן אויך רעדן זײַנע קאָלעגן פֿון „יעיל‟, דער פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער שפּראַך ד׳׳ר חנן הבֿר און ד׳׳ר מײַקל האָלקיסט, אַ געוועזענער פּראָפֿעסאָר פֿון פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, בעלע מייער, דאָס אייניקל פֿון מאַרק שאַגאַל, די קונסט־היסטאָריקערין אַלכּסנדרה שאַצקיך און ד׳׳ר ראָמאַן אוטקין, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישע שטודיעס בײַם „דאַווידסאָן־קאָלעדזש‟.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 15טן נאָוועמבער, 6 אַזייגער אין אָוונט. דער אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://yivo.org/Remembering-Benjamin-Harshav.