ייִדיש פֿון דור צו דור

Yiddish From Generation to Generation

אַמאָל האָבן טויזנטער ייִדן אין מילוואָקי גערעדט ייִדיש
Courtesy of Jewish Museum Milwaukee
אַמאָל האָבן טויזנטער ייִדן אין מילוואָקי גערעדט ייִדיש

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 08, 2015, issue of November 27, 2015.

דעם 5טן נאָוועמבער, האָט דער ייִדיש־קלוב אין מילוואָקי, שטאַט וויסקאָנסין, אָנגעהויבן פֿירן ייִדיש־לימודים פֿאַרן יונגן דור. דער קלוב איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 2000, בײַ דער רעפֿאָרמער שיל „שלום‟. ביז איצט האָבן זיך דאָרטן פֿאַרזאַמלט די ייִדיש־לערנדיקע עלטערע לײַט. די וואָך, האָט די גרופּע פֿאַרבעטן די קינדער פֿונעם 8טן קלאַס, וואָס לערנען זיך אין אַן אָרטיקער ייִדישער טאָגשול, און האָט מיט זיי במשך פֿון אַ שעה געלערנט ייִדישע ווערטער און געזונגען לידער אויף ייִדיש.

דזשים סטינגל האָט דערציילט וועגן דער דאָזיקער אונטערנעמונג אין דער מילוואָקער צײַטונג „דזשאָרנאַל סענטינעל‟. דער מחבר דערציילט, אַז הגם ער שטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, איז ער דערצויגן געוואָרן ווי אַ קאַטויליקער. געוויסע ייִדישע ווערטער האָט ער געקענט פֿון קינדווײַז אָן און האָט זיך צוגעוווינט זיך צו באַנוצן מיט זיי אינעם טאָג־טעגלעכן שמועס. דינק האָלצמאַן, דער 91־יאָריקער ייִד, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן דעם קלוב מיט 15 יאָר צוריק, האָט זיך באַקלאָגט, אַז אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, אַרײַנגערעכנט אים אַליין, האָט זיך נישט אײַנגעגעבן איבערצוגעבן די שפּראַך צו זייערע קינדער, ווײַל די אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן געוואָלט דערציִען עכטע אַסימילירטע אַמעריקאַנער.

די 87־יאָריקע פֿרידע לעווין האָט אין אַ שמועס מיט סטינגל געטענהט, אַז הגם מע שטודירט הײַנט ייִדיש אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן, בלײַבן די שטודיעס בלויז טעאָרעטישע. די גערעדטע שמועס־שפּראַך לערנט מען נישט אין די אַקאַדעמישע סבֿיבֿות. דאָס איז, אַוודאי, אַן אומבאַרעכטיקטע גוזמא. הגם אַ סך סטודענטן ווערן נישט קיין פֿליסיקע ייִדיש־רעדער, טרעפֿן זיך אין דער וועלט גענוג יונגע־לײַט, וואָס האָבן גאַנץ גוט אויסגעלערנט די שפּראַך אין אַן אוניווערסיטעט אָדער אויף ספּעציעלע פּראָגראַמען און זענען בעסער באַקאַנט מיטן גוטן ליטעראַרישן סטיל, ווי אַ סך ייִדן פֿונעם אַלטן דור.

אַזוי צי אַזוי, האָט סטינגל ריכטיק באַמערקט, אַז פֿאַקטיש די איינציקע ייִדישע קהילות, וווּ די באָבע־זיידעס גיבן איבער זייער שפּראַך מיט דערפֿאָלג צו די אייניקלעך, זענען די פֿרומע ייִדן. ס׳איז טאַקע פֿאַראַן אַ געוויסער קולטורעלער און געזעלשאַפֿטלעכער שפּאַלט צווישן די נאַטירלעכע עלטערע רעדער און די ענטוזיאַסטישע יונגע סטודענטן. האָפֿנטלעך, וועט זיך דעם מילוואָקער ייִדיש־קלוב אײַנגעבן „אָנצושטעקן‟ די שול־קינדער מיט אַן אינטערעס און ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך.