פֿראַגעס פֿאַר אַ ייִדישן זשורנאַליסט

Questions for a Yiddish Journalist

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 10, 2015, issue of November 27, 2015.

דזשאָרדין קוציק
דזשאָרדין קוציק

די צײַט פֿליט. דאָס איז אפֿשר אַ נאַרישע, צי אַפֿילו אַ באַנאַלע זאַך עס צו באַמערקן, אָבער פּונקט אַזאַ געדאַנק איז מיר אײַנגעפֿאַלן מיט אָנדערהאַלבן חדשים צוריק, ווען איך האָב זיך געכאַפּט, אַז איך אַרבעט שוין מער ווי צוויי יאָר אין „פֿאָרווערטס‟. האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז ס׳וואָלט אפֿשר געווען אינטערעסאַנט אַליין זיך אויסצופֿרעגן וועגן מײַן אַרבעט און מײַנע אײַנדרוקן, וועגן וואָס עס טוט זיך אויף דער ייִדישער גאַס בכלל און אין דער רעדאַקציע בפֿרט. איין קלייניקייט: די פֿראַגעס, אויף וועלכע איך וועל ענטפֿערן, זענען ניט קיין פֿראַגעס, וואָס איך האָב אַליין אויסגעטראַכט, נאָר די, וואָס איך הער שוין מער ווי צוויי יאָר.

פֿון וועמען באַקום איך די דאָזיקע פֿראַגעס? פֿון פֿאַרשידענע מינים מענטשן: פֿון אײַך, די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג; פֿון חבֿרים און באַקאַנטע, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש; פֿון פֿרעמדע וואָס הערן, אַז איך אַרבעט אין אַ ייִדישער צײַטונג, און אַפֿילו פֿון מײַנע קאָלעגן בײַם „ענגלישן פֿאָרווערטס‟. אָט זענען מײַנע ענטפֿערס אויף אַ פּאָר פֿון זיי.

וואָס איז די שווערסטע זאַך בײַם אַרבעטן אין אַ ייִדישער צײַטונג?

צו זײַן אַ זשורנאַליסט איז ניט גרינג בכלל, און ס׳איז נאָך שווערער צו זײַן אַ זשורנאַליסט אויף אַ שפּראַך, וואָס ווייניק מענטשן קענען אויף איר גוט לייענען. ס׳רובֿ פֿון די שוועריקייטן בײַם אַרבעטן אין אַ ייִדישער צײַטונג זענען, אָבער, די זעלביקע, וואָס עקזיסטירן אין אַלע צײַטונגען.

די גרעסטע שוועריקייט וואָס שייך ייִדיש איז, אַז איך דאַרף מאַכן ס׳רובֿ פֿון מײַנע אינטערוויוען אויף ענגליש און דערנאָך זיי איבערזעצן אויף ייִדיש. איינער פֿון די עיקר־פּרינציפּן פֿונעם זשורנאַליזם איז איבערצוגעבן פּינקטלעך דאָס, וואָס עמעצער זאָגט אָבער אויב מע שרײַבט דעם אַרטיקל אויף אַ שפּראַך וואָס איז אַנדערש פֿון דער שפּראַך, אויף וועלכער מע האָט געמאַכט דעם אינטערוויו, קען מען ניט אַלעמאָל גענוי איבערגעבן וואָס מע האָט געענטפֿערט. געוויסע אידיאָמען זעצן זיך ניט איבער, און די אַמעריקאַנער האָבן אַ טבֿע צו רעדן גאַנץ אומפֿאָרמעל. איך פּרוביר, אָבער, אַזוי ווײַט ווי מעגלעך, איבערצוגעבן דעם זעלביקן טעם אויף ייִדיש, וואָס איז געווען אויף ענגליש.

וויפֿל מענטשן לייענען הײַנט דעם „פֿאָרווערטס‟ אויף דער אינטערנעץ?

אַ סך מער ווי ס׳רובֿ מענטשן מיינען, אָבער ווייניקער ווי מע וויל. מײַן הויפּט־אַרבעט בײַם „פֿאָרווערטס‟ איז פֿאַקטיש ניט בלויז צו שרײַבן אַרטיקלען, נאָר אָנצופֿירן מיט דער צײַטונגס „פֿייסבוק‟־ און „טוויטער‟־קאָנטעס. דאָס הייסט, איך באַמי זיך צו „כאַפּן‟ מענטשן אויף די דאָזיקע געזעלשאַפֿטלעכע וועבזײַטן און זיי אַרײַנברענגען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. יעדע וואָך באַקומען צענדליקער טויזנטער מענטשן ידיעות וועגן אונדזערע אַרטיקלען און פֿילמען דורך „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, און דורך דעם געפֿינט די צײַטונג אַ סך נײַע לייענער. דערפֿאַר האַלט די צאָל לייענער „אָנלײַן‟ אין איין וואַקסן.