ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published November 09, 2015, issue of November 27, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דזשודי קאַסאַב
דזשודי קאַסאַב

מאָלערין דזשודי קאַסאַב געשטאָרבן אין סידנעי צו 95 יאָר

די באַקאַנטע מאָלערין דזשודי קאַסאַב איז געשטאָרבן אין סידנעי אין עלטער פֿון 95 יאָר. זי האָט געהאַט מער װי 70 פּערזענלעכע אױסשטעלונגען פֿון אירע קונסט־װערק אין לאָנדאָן, פּאַריז און איבער גאַנץ אױסטראַליע. דערצו האָט זי געװוּנען די פּרעסטיזשפֿולע אױסטראַלישע אױסצײכענונג פֿאַר פּאָרטרעטן, די „אַרטשיבאָלד־פּרעמיע‟, סײַ אין 1961, סײַ אין 1968. זי איז באַערט געוואָרן מיט אױסצײכענונגען פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג אין 1969 און װידער אין 1988. קאַסאַב האָט באַקומען אַן ערן־דאָקטאָראַט פֿונעם סידנעיער אוניװערסיטעט אין 1995. זי איז באַערט געװאָרן פֿון דער אונגערישער רעגירונג אין 2011.

קאַסאַבס אמתער נאָמען איז געװען יודיט קאַשאַב, און זי איז געבױרן געװאָרן אין װין אין 1920. זי איז דערצױגן געװאָרן אין אונגערן, זיך געלערנט קונסט — צו ערשט, אין פּראָג, און דערנאָך אין בודאַפּעשט. װען די נאַציס האָבן פֿאַרנומען אונגערן אין 1944, האָט זי געמוזט איבעררײַסן אירע שטודיעס. קאַסאַב האָט איבערגעלעבט דעם חורבן מיט געפֿעלשטע פּאַפּירן. זי איז געקומען קײן אױסטראַליע אין 1951 אין אײנעם מיט איר מאַן און צװײ יונגע זין, און האָט געהאַט איר ערשטע אױסטראַלישע אױסשטעלונג אין 1953.

דער סקולפּטאָר ערװין פֿאַביאַן פֿײַערט זײַנע 100 יאָר מיט אַ נײַער אױסשטעלונג

דער מעלבורנער סקולפּטור ערװין פֿאַביאַן האָט געפֿײַערט זײַנע 100 יאָר מיט אַ נײַער אױסשטעלונג פֿון זײַנע װערק אין אַ מעלבורנער גאַלעריע. ער אַרבעט אין שטאָל, בראָנדז און פּלאַסטיק. פֿאַביאַן אַרבעט נאָך אַלץ ביז זעקס שעה אַ טאָג אין זײַן סטודיאָ, דרײַ מאָל אַ װאָך אין אײנעם מיט זײַן געהילף.